געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער זיצונג פֿונעם אַנטי־ציוניסטישן קאָמיטעט, מאָסקווע, 1967. אויפֿשריפֿטן אויף די פּלאַקאַטן: "בושה צו די ישׂראל־אַגרעסאָרן", "אַגרעסאָרן — אַרויס פֿון דער אַראַבישער ערד!"
אויף דער זיצונג פֿונעם אַנטי־ציוניסטישן קאָמיטעט, מאָסקווע, 1967. אויפֿשריפֿטן אויף די פּלאַקאַטן: "בושה צו די ישׂראל־אַגרעסאָרן", "אַגרעסאָרן — אַרויס פֿון דער אַראַבישער ערד!"
סוף מײַ, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט כּמעט אַ וואָך אין מאָסקווע, פֿלעג איך יעדן טאָג, אויפֿן וועג אין אַרכיוו, קויפֿן אַן אַנדער צײַטונג און לייענען זי, פֿאָרנדיק אין "מעטראָ" (אונטערבאַן). אין איינעם פֿון די טעג האָב איך געקויפֿט אַ פֿרישן נומער פֿון דער "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" (ליטעראַרישע צײַטונג), וואָס איז אַ מאָל געווען מײַן באַליבטסטע צײַטונג. הגם זי האָט זיך תּחילת, אין יאָר 1929, באַוויזן ווי אַ ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אויסגאַבע, אויסגערעכנט אויף דעם עולם פּען-מענטשן, האָט זי זינט 1967 געהאַט אַן אַנדער פּרצוף.
קודם-כּל, איז עס געוואָרן דאָס ערשטע סאָוועטישע "דיקע" וואָכנבלאַט — פֿון אַזש 16 זײַטן, וואָס איז געווען, לויט די סאָוועטישע מאָסן, זייער אַ סך, ווײַל אַ געוויינטלעכע צײַטונג האָט געהאַט נאָר פֿיר (זעלטן זעקס) זײַטן. בעת דער ערשטער טייל פֿון דער צײַטונג האָט געטראָגן אַרטיקלען פֿאַר דער ליטעראַרישער בראַנזשע, צי סתּם מוז-מאַטעריאַלן, זײַנען די איבעריקע אַכט זײַטן געווען אויסגערעכנט אויף אינטעלעקטועלע לייענער. ווי אַ פּועל-יוצא, איז עס געוואָרן די צײַטונג פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער איבערבויער פֿון דער אויסגאַבע איז געווען אַלכּסנדר טשאַקאָווסקי, אַן אַסימילירטער ייִד און אַ דאָגמאַטישער קאָמוניסט, אָבער אַ טיכטיקער רעדאַקטאָר.
די צײַטונג, וואָס איך האָב געקויפֿט אין חודש מײַ, האָט קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו מײַן באַליבטער "ליטעראַטורקע" (אַזוי פֿלעגט מען זי רופֿן). יענע איז געווען אַ ליבעראַלע — אויף וויפֿל די צײַט האָט עס דערלויבט. די איצטיקע איז אַ רוסיש-נאַציאָנאַליסטישער, הייס-סטאַליניסטישער פֿאָרום. אַ מאָל איז די "ליטעראַטורקע" געווען באַרימט מיט איר הומאָר, קאָנצענטרירט אויף דער לעצטער זײַט. איצט דרוקט זי אויך חכמות אויף דער 16טער זײַט, אָבער זיי זײַנען אַזעלכע פֿלאַכע און פּשוט נאַרישע, אַז מיט הומאָר האָט עס גאָרנישט צו טאָן.
הקיצור, די הײַנטיקע צײַטונג, וואָס טראָגט דעם נאָמען "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ", וועל איך שוין לאַנג ניט לייענען — איין נומער איז מיר געווען איבערגענוג. אָבער די אַלטע צײַטונג שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער אַ וויכטיקן קוואַל פֿאַר יעדן איינעם, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט דער געשיכטע פֿון סאָוועטישער קולטור בכלל, און דער סאָוועטיש-ייִדישער, בפֿרט.
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט דער ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, "ען-ווײַ-יו", געגעבן די מיטגלידער פֿון זײַן ביבליאָטעק אַ מעגלעכקייט צו לייענען עלעקטראָניש דעם גאַנצן קאָרפּוס פֿון דער "ליטעראַטורקע" — פֿון די טרוקענע ערשטע פֿיר יאָרצענדליק ביז די הײַנטיקע ביטערע נאַציאָנאַליסטישע יאָרן. און ניט בלויז לייענען קען מען עס, נאָר אויך זוכן. איר ווילט האָבן אַלץ, וואָס איז געווען אָנגעשריבן אין דער צײַטונג וועגן, אַ שטייגער, שלום-עליכמען — באַקומט איר עס גלײַך, אין געציילטע רגעס. טייל איך אויס לעצטנס כּמעט יעדן טאָג אַרום אַ שעה אויף אָט אַזאַ לעקטור. די טעמע, וואָס מיך אינטערעסירט שוין לאַנג, איז פֿאַרבונדן מיטן סאָוועטיש-ייִדישן ליטעראַרישן לעבן, בפֿרט אין די גערעמען פֿון דעם אַלגעמיינעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין.
דאָ מוז מען גלײַך זאָגן, אַז די געשעענישן אין די ליטעראַרישע קרײַזן האָבן אַ באַטײַט אויך אין דער אַלגעמיינער סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. פֿאַרבונדן איז עס דערמיט, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט ביסלעכווײַז פֿאַרמאַכט כּמעט אַלע אַנדערע אָפֿיציעל-אָנערקענטע סטרוקטורן פֿון ייִדישן לעבן. און אייניקע האָט מען פּשוט ניט דערלויבט צו עפֿענען. לאָמיר, למשל, עפֿענען (דאָס קען מען טאָן אויך עלעקטראָניש!) "איזוועסטיאַ", די צווייטע — נאָך דער "פּראַוודאַ" — וויכטיקסטע סאָוועטישע צײַטונג. דעם 25סטן פֿעברואַר 1922 האָט זי אויף דער ערשטער זײַט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל א״ט "ספּראַוועדליוואָיע טרעבאָוואַניִע" (יושרדיקע פֿאָדערונג). דאָס איז אַן אָפֿענער בריוו פֿון סאָוועטיש-ייִדישע טוער צו אויסלענדישע ייִדן — אַז זיי זאָלן העלפֿן אויסצופֿאָדערן פֿון זייערע רעגירונגען געלט אויף ווידער אויפֿצובויען די ייִדישע ייִשובֿים, וואָס זײַנען רויִנירט געוואָרן בעתן בירגער־קריג, ווען די מערבֿדיקע לענדער האָבן געהאַט געהאָלפֿן די אַנטי-באָלשעוויסטישע מיליטערישע כּוחות, וואָס פֿלעגן בשעת-מעשׂה מאַכן בלוטיקע פּאָגראָמען.
צווישן די אונטערשריפֿטן, געפֿינען מיר אויך פֿאָרשטייער (אַרײַנגערעכנט דעם דיכטער דוד האָפֿשטיין און דעם קינסטלער מאַרק שאַגאַל) פֿון דעם "צענטראַלן אָרגאַניזיר-ביוראָ פֿון קולטור-ליגע". יאָ, אין יענער צײַט איז געווען אַזאַ פּלאַן — צו שאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע, לויטן נוסח פֿון דער קיִעווער "קולטור-ליגע", וועלכע זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדישער קולטור-טעטיקייט. איך האָב אַ מאָל, מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק, געזען אין אַ מאָסקווער אַרכיוו די פּאַפּירן, וואָס מע האָט געהאַט אָנגעגעבן צו באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג. אָבער קיין דערלויבעניש האָט מען ניט באַקומען. דער רעגירונג האָט עס ניט געלוינט צו האָבן עפּעס אַ "קולטור-ליגע"; זי האָט דאָך געוואָלט האַלטן אַלץ אונטער איר דירעקטן קאָנטראָל.
דער סוף איז געווען, אַז ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה איז די ייִדישע סעקציע בײַם שרײַבער-פֿאַראיין געווען שיִער ניט די וויכטיקסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די "ליטעראַטורקע" איז כּולל הונדערטער אַרטיקלען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער טעטיקייט פֿון דער סעקציע, אָדער — ריכטיקער — דרײַ סעקציעס: אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. ס’איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז אין דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָבן דווקא שרײַבער געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע. צו יענער צײַט זײַנען דאָך קיין אַנדערע ייִדישע טוער שוין כּמעט ניט פֿאַרבליבן, ווײַל מע האָט זיי ליקווידירט צוזאַמען מיט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. האָבן די שרײַבער — אַזעלכע ווי דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ און פּרץ מאַרקיש — געמוזט אויך ווערן טוער. און אומקומען — אין אויגוסט 1952 — ווי טוער.