מוזיק

ניקלאַס אָלניאַנסקי פֿון דער גרופּע "דיבוקים"
ניקלאַס אָלניאַנסקי פֿון דער גרופּע "דיבוקים"
מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך געמאַכט אַן אינטערנעץ-אינטערוויו מיט ניקלאַס אָלניאַנסקי, דער ייִדישיסט פֿון שוועדן און מיטגרינדער פֿון דער שוועדישער ייִדיש-מעטאַל גרופּע "דיבוקים" (זע: עדי מהלאל, סעפּטעמבער 9, 2011). אָט איז יענער אינטערוויו, כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, אָבער "בעסער שפּעטער, ווי קיינמאָל נישט", ווי מע זאָגט:


דערצייל אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון אײַער גרופּע?
איך און מײַן ווײַב אידאַ זײַנען ביידע מוזיקער און האָבן שוין לאַנג געשמועסט וועגן גרינדן אַ גרופּע צוזאַמען, אָבער מיר האָבן ניט געוווּסט פֿון וואָס אָנצוהייבן. די איינציקע זאַך, וואָס מיר האָבן יאָ געוווּסט איז געווען, אַז מיר זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין שאַפֿן אַ געוויינטלעכן פּראָיעקט. איין מאָל האָט אידאַ געזאָגט: "פֿאַר וואָס מאַכן מיר ניט קיין מעטאַל־גרופּע אויף ייִדיש?" און די אידעע איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן, ווײַל איך בין אַ גרויסער ליבהאָבער אי פֿון ייִדיש אי פֿון מעטאַל. מיר האָבן נאָך דעם אָנגעקלונגען אונדזער אַלטן חבֿר, מאַגנוס וואָלפֿאַרט, וואָס איז אַ פֿאַנטאַסטישער מוזיקער און די גרופּע "דיבוקים" איז געבוירן געוואָרן.


וואָס זענען אײַערע מוזיקאַלישע השפּעות?
"איך קען נאָר רעדן פֿאַר זיך אַליין, און איך האָב נאָך אין מייַנע קינדער־יאָרן פֿאַרשטאַנען, אַז מעטאַל האָט אַלע עלעמענטן וואָס איך האָב ליב, ווען עס קומט צו מוזיק. דערפֿאַר, געפֿין איך כּמעט אַלע מייַנע אינספּיראַציעס אין דעם מעטאַל-זשאַנער, ווען איך שאַף מוזיק. אָבער צו שרײַבן טעקסטן פֿאַר לידער איז אין גאַנצן עפּעס אַנדערש. ווען איך אַרבעט מיט אַ טעקסט, ווירקט אויף מיר די וועלט און דאָס וואָכעדיקע לעבן מײַנס. איך האָב ליב פֿאַנטאַזיע און פֿאָלקס-מעשׂיות און דערפֿאַר האָב איך אַ טענדענץ צו שרייַבן מיט אַזעלכע מעטאַפֿאָרן. נעמט, צום בייַשפּיל, דאָס ליד "הינטער דעם טאָל". ס׳איז אַ ליד וועגן אַ קליין און עלנט שרעטעלע, אָבער די אמתדיקע מעשׂה איז עפּעס אַנדערש אין גאַנצן, און איז אייגנטלעך וועגן דער סיטואַציע פֿון דעם וועלטלעכן ייִדיש-רעדער דאָ אין שוועדן.


פֿון וואַנען קענט איר ייִדיש?
נאָר אידאַ און איך קענען רעדן ייִדיש פֿון דער גאַנצער גרופּע. מיר ביידע האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט אין לונד און דורך עטלעכע אייגענע פּראָיעקטן מיט אונדזערע ייִדישיסטישע חבֿרים.


וואָס טראַכט מען פֿון אײַך אין דער מעטאַל־וועלט, וווּ ס׳רובֿ גרופּעס זינגען דווקא אויף ענגליש?
מיר האָבן טאַקע באַקומען אַ סך פֿאַרשיידענע קאָמענטאַרן וועגן דעם פֿאַקט, אַז מיר זינגען נאָר אויף ייִדיש. אַ סך מענטשן אין דער מעטאַל-געזעלשאַפֿט מיינען דאָך, אַז ס׳איז זייער גוט צו שאַפֿן עפּעס ספּעציעלס ווי ייִדיש-מעטאַל. אָבער מיר האָבן אַוודאי געקראָגן אַ פּאָר נעגאַטיווע באַמערקונגען אויכעט. מיר, פּערזענלעך, אַרט עס ניט. פֿאַר מיר איז ניט אַזוי וויכטיק צי מע האָט איינעם אָדער אַ מיליאָן אָנהענגער. די וויכטיקסטע זאַך איז צו באַווייַזן, אַז מען קען טאַקע ניצן ייִדיש אין אַלע קאָנטעקסטן. און אַוודאי שאַפֿן אַ גוטן "העווי" מעטאַל, מחוץ דעם "באָקס".


צי פֿילט איר אַ קאָנקורענץ מיט אַנדערע מעטאַל-גרופּעס וואָס זינגען אויף ייִדיש, למשל מיט דער ישׂראלדיקער גרופּע "געוואָלט"?
ניין, קיין קאָנקורענץ ניט. מיר זייַנען נאָר צוויי ייִדיש-קאַפּעליעס אין דעם גאַנצן מעטאַל-זשאַנער; פּונקט פֿאַרקערט, מיר דאַרפֿן אַרבעטן צוזאַמען און פֿאָרשטעלן און פֿאַרשפּרייטן דעם כּישוף אין אונדזער וווּנדערלעכער מוזיקאַלישער מישונג. איך האָף, אַז "דיבוקים" און "געוואָלט" וועלן מאַכן אַ סך פּראָיעקטן אין איינעם אין דער צוקונפֿט, בפֿרט, אַז און איך בין אַ גרויסער אָנהענגער פֿון זיי.


צי העלפֿט עס אײַך, אַז ייִדיש ווערט אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן?
איך מיין, אַז יאָ. אויף אַ פּאָר אופֿנים האָט דער סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט־שפּראַך אונדז געהאָלפֿן. צום מערסטנס, ווייַל עס האָט באַטייַט, אַז ייִדיש איז געוואָרן אַ לימוד אין אוניווערסיטעט. אַ דאַנק דעם, האָבן מיר געקענט זיך לערנען די שפּראַך. אָבער בסך-הכּל איז עס ניט אַזוי וויכטיק פֿאַר אונדז; דאָס וועלטלעכע ייִדיש וועט ניט איבערקומען בלויז צוליב די ביוראָקראַטישע געזעצן, נאָר דורך נײַע ייִדיש־רעדער און באַניצער.

אַחוץ די קאָמפּאָזיציעס פֿון אָריגינעלער מוזיק צו די שוין-געשריבענע ייִדישע טעקסטן, זינגט די גרופּע "דיבוקים" אירע אייגענע ייִדישע שאַפֿונגען. איין ליד אַזאַ הייסט "חלומות" (ווערטער: לינדאַ גאָרדאָן און אידאַ אָלניאַנסקי), און אָט זענען די ערשטע שורות:


אין מײַנע חלומות, איז דאָ אַ שיינע וועלט,
די וועלט וואָס איז פֿאַרלוירן, זי האָט מיר געפֿעלט


איך האָב אַ שטאַרקן רצון, צו בלײַבן אין מײַן טרוים
אין דער קאַלטער ווירקלעכקייט בין איך אַ נאַקעטער בוים


אָט די אָריגינעלע ייִדישע קלאַנגען קומען הײַנט צו טאָג פֿון שוועדן. עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז דער געבענטשטער פֿענאָמען וועט ווײַטער האָבן אַ פּראָדוקטיווע המשכדיקייט, ווײַל ער באַרײַכערט אויף אַן אויסערגעוויינטלעכן שיינעם אופֿן די וועלט פֿון דער סעקולערער ייִדישער קולטור.