- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער הקדמה צו דער אויסשטעלונג, וואָס הייסט Trail of the Magic Bullet: The Jewish Encounter with Modern Medicine 1860-1960 [דער וועג פֿון דער כּישוף־קויל: די ייִדישע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער מעדיצין פֿון 1860 ביז 1960], דערוויסט מען זיך, אַז הגם די ייִדן זענען שוין לאַנג פֿאַרבונדן מיט דער מעדיצינישער פּראָפֿעסיע, איז נישטאָ קיין ספּעציפֿישע "ייִדישע מעדיצין", אַזוי ווי די גריכישע, כינעזישע אָדער אינדישע מעדיצין. די ייִדישע דאָקטוירים האָבן תּמיד באַהאַנדלט זייערע פּאַציענטן אויפֿן סמך פֿון די אָנגענומענע טעאָריעס און הייל־מיטלען פֿון די לענדער און צײַטן, אין וועלכע זיי האָבן געלעבט. אין מיטל־עלטער האָט די קריסטלעכע קירך אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, וואָס פֿאַרווערט ייִדישע דאָקטוירים צו באַהאַנדלען נישט־ייִדן, און פֿאַרווערט די קריסטן פֿון גיין צו ייִדישע דאָקטוירים. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ סך פּויפּסטן און קריסטלעכע פֿירער געזוכט מעדיצינישע באַהאַנדלונג דווקא בײַ ייִדישע דאָקטוירים. די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט שטודירן אויף דאָקטער, האָבן עס געמוזט טאָן מיט אַ פּריוואַטן לערער ווײַל מע האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין אוניווערסיטעט, אָדער מע האָט זיי געהייסן באַצאָלן גרויסע סומעס פֿאַר דער רעכט צו שטודירן. אינעם 15טן יאָרהונדערט האָט אַן איטאַליענישע מעדיצינישע שול יאָ אָנגעהויבן אַרײַנלאָזן ייִדן. אין דער אויסשטעלונג זעט מען אַ דיפּלאָם פֿון אַ מעדיצינישן סטודענט, סערוווּס קאָניגליאַנאָ, אין 1743, פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון פּאַדואַ, וואָס ווײַזט אַפֿילו אַרויס אַ געוויסע סענסיטיווקייט פֿאַר די סטודענטן פֿונעם ייִדישן גלויבן. אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע דיפּלאָמען, וואָס האָבן זיך דעמאָלט אָנגעהויבן מיט די ווערטער "אין נאָמען פֿון קריסטוס", האָבן זיך די דיפּלאָמען פֿאַר די ייִדישע סטודענטן אָנגעהויבן מיט "אין נאָמען פֿונעם אייביקן גאָט". מע זעט אויך אַן אייל־פּאָרטרעט פֿון אפֿרים בוענאָ — אַ באַקאַנטער ייִדישער דאָקטער און פֿירער פֿון דער אַמסטערדאַמער קהילה, געמאָלט פֿונעם באַרימטן קינסטלער, רעמבראַנדט וואָן רין.
די ייִדן האָבן זיך שטאַרק אָנגעכאַפּט אין דער נײַער תּקופֿה פֿון מעדיצין. צוליב דעם וואָס מע האָט זיי נישט צוגעלאָזט צו די אײַנגעפֿונדעוועטע געביטן ווי כירורגיע, האָבן די ייִדן אָנגענומען אָנפֿירנדיקע ראָלעס אין די נײַע ספּעציאַליטעטן — פּסיכיאַטריע, נעווראָלאָגיע, גינעקאָלאָגיע און דערמאָטאָלאָגיע. אויף דײַטש האָט מען, אומאָפֿיציעל, אַפֿילו גערופֿן דערמאָטאָלאָגיע "די יודענהאַוט" (ייִדן־הויט). פּאָול ערליך (1854—1915), אַ ייִדישער דאָקטער אין דײַטשלאַנד, איז געוואָרן דער פֿאָטער פֿון כעמאָטעראַפּיע: דאָס באַהאַנדלען קראַנקייטן דורך כעמישע שטאָפֿן, וואָס זוכן אויס און דרינגען אַרײַן אין די אַגענטן, וואָס זענען גורם די קראַנקייט. דורך דעם האָט ער אַנטדעקט אַ רפֿואה פֿאַר דער ווענערישער קראַנקייט, סיפֿיליס, און אין 1908 האָט ער באַקומען דעם נאָבעל־פּריז דערפֿאַר. פֿון דעסטוועגן האָט דער אוניווערסיטעט פֿון פֿראַנקפֿורט נישט געהעכערט זײַן ראַנג צו אַ פֿולן פּראָפֿעסאָר ביז 1914, אַ יאָר פֿאַר זײַן טויט. אַנטיסעמיטישע וויסנשאַפֿטלער האָבן אַפֿילו באַצייכנט ערליכס אַנטדעקונג פֿון אַ רפֿואה קעגן סיפֿיליס ווי אַ סימן פֿון דער ייִדישער אוממאָראַלישקייט. אין 1940 האָט דער ייִדישער האָליוווּד־מאַגנאַט האַל וויליס פּראָדוצירט אַ פֿילם, Dr. Ehrlich’s Magic Bullet (ד״ר ערליכס כּישוף־קויל) מיטן באַרימטן אַקטיאָר, עדוואַרד דזשי ראָבינסאָן, אין דער הויפּט־ראָלע. דער פֿילם האָט באַטאָנט סײַ ערליכס בײַשטײַער צו דער מאָדערנער מעדיצין, סײַ דעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס ער האָט געליטן דערפֿאַר.
אַ צווייטער באַקאַנטער ייִדישער דאָקטער, וואַלדעמאַר האַפֿקעיִן, האָט אַנטוויקלט אַ וואַקצין קעגן דער שוואַרצער (בובאָנישער) מגפֿה, וואָס האָט זיך שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין באָמביי, אינדיע אין 1896. אָבער אין 1902 זענען נײַנצן דאָרפֿסלײַט אומגעקומען פֿון טעטאַנוס נאָכן באַקומען די אײַנשפּריצונג, האָט מען האַפֿקעיִן באַשולדיקט אין דעם, אין אַ סקאַנדאַל וואָס מע האָט אומאָפֿיציעל גערופֿן "די קליינע דרײַפֿוס־אַפֿערע". שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די דאָרפֿסלײַט זענען קראַנק געוואָרן ווײַל אַן אַסיסטענט האָט נישט גוט סטעריליזירט די מכשירים. די אויסשטעלונג דערציילט וועגן די אויפֿטוען פֿון דער "געזעלשאַפֿט צו באַשיצן דעם געזונט פֿון די ייִדן" (באַקאַנט ווי דער OZE), געגרינדעט אין פּעטערסבורג אין 1912, כּדי צו היילן די ייִדן אין די רוסישע טעריטאָריעס. בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט OZE אָפּערירט 90 קליניקן, 12 שפּיטאָלן, 10 קימפּעט־צענטערס, 13 זומער־לאַגערן, 4 סאַנאַטאָריעס פֿאַר פּאַציענטן פֿון טובערקאָלאָז. שפּעטער האָבן די ייִדן אין פּוילן געעפֿנט זייער אייגענעם צווײַג פֿון דער געזעלשאַפֿט, מיט די ראשי־תּיבֿות TOZ, אונטערן פֿאָרזיץ פֿון צמח שבד, אין ווילנע. אין דער צײַט האָבן אַ צאָל אייראָפּעיִשע מעדיצינישע שולן געעפֿנט זייערע טירן פֿאַר פֿרויען, און אַ סך ייִדישע פֿרויען האָבן אָנגעהויבן שטודירן מעדיצין; אָבער זיי האָבן געליטן פֿון דיסקרימינאַציע, סײַ צוליב זייער מין, סײַ צוליב זייער רעליגיע — בפֿרט, אין די אַקאַדעמישע קרײַזן. דערפֿאַר האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי פּריוואַט באַהאַנדלט פֿרויען, קינדער און אָרעמע לײַט. אַנאַ בראַוד־העלער איז באַשטימט געוואָרן ווי דער הויפּט־דאָקטער פֿונעם קינדער־שפּיטאָל אין וואַרשע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אירע פֿרײַנד זי געמוטיקט צו אַנטלויפֿן אויף דער אַרישער זײַט, אָבער זי האָט נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן אירע פּאַציענטן, און זי איז אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ אין 1943. די אויסשטעלונג דערציילט אויך אַ סך וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין מעדיצין דאָ אין אַמעריקע: וועגן ד״ר יוסף גאָלדבערגער, אַן אונגערישער ייִד, דערצויגן אין דער איסט־סײַד פֿון מאַנהעטן, וועלכער האָט אין 1914 באַוויזן, דורך עקספּערימענטן מיט אַרעסטאַנטן, אַז פּעלאַגראַ — אַ קראַנקייט, וואָס האָט דעמאָלט אומגעבראַכט איבער טויזנט אָרעמע לײַט אין די דרום־שטאַטן — שטאַמט פֿון נישט עסן גענוג חיות־פּראָטעיִן און פֿון עסן צו פֿיל קוקורוזע. אין 1940 האָט פֿרעד זינעמאַן, דער רעזשיסאָר פֿון די באַרימטע האָליוווּד־פֿילמען High Noon און From Here to Eternity, געמאַכט אַ קורצן פֿילם, A Way in the Wilderness, וועגן גאָלדבערגערס באַמיִונגען צו געפֿינען אַ רפֿואה קעגן פּעלאַגראַ.
די קראַנקן־שוועסטער שולן זענען דעמאָלט געווען שטאַרק באַווירקט פֿון קריסטלעכקייט (טאַקע דערפֿאַר רופֿט מען זיי "שוועסטער" אַזוי ווי די מאָנאַשקעס), האָט דער ייִדישער שפּיטאָל, "בית־ישׂראל", אין ניואַרק, ניו־דזשערזי, געגרינדעט זײַן אייגענע קראַנקן־שוועסטער־שול, פֿרײַ פֿון רעליגיעזע השפּעות. איין ייִדישע קראַנקן־שוועסטער, ליליאַן וואַלד, האָט געגרינדעט די Visiting Nurse Service of New York, וווּ די קראַנקן־שוועסטער האָבן באַזוכט די אָרעמע משפּחות אויפֿן איסט־סײַד, געמוטיקט די מאַמעס צו געבן זייערע עופֿעלעך די ברוסט, און געוויזן זיי ווי צו סטעריליזירן די מילעך, ווען ס׳איז נישט געווען מעגלעך צו געבן די ברוסט. דער דײַטשיש־ייִדישער פֿילאַנטראָפּ נתן סטראַוס האָט געבויט אַ פּאַסטויִזירונג־פֿאַבריק, וואָס האָט אַרויסגעשיקט סטעריזילירטע מילעך צו 18 סטאַנציעס איבער דער שטאָט, און פֿאַרשפּרייט איבער דער שטאָט אַן אָפֿענעם בריוו אויף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, וואָס רעכנט אויס די נעמען פֿון די מילך־סטאַנציעס. בײַם סוף פֿון דער אויסשטעלונג, ווײַזט מען אַ פֿילם וועגן פֿאַרשידענע אינטערעסאַנטע עטישע ענינים אַרום מעדיצין, ווי למשל, פֿראַגעס וועגן מאַכן גענעטישע טעסטן, אָדער וועגן לעבן־און־טויט באַשלוסן, ווען אַ טאַטע, אָדער מאַמע, איז שוין אָבֿר־בטל. דעם פֿילם קען מען זען אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי: http://www.vimeo.com/38457268 די אויסשטעלונג וועט דויערן ביזן 12טן אויגוסט 2012, און געפֿינט זיך אויפֿן אַדרעס: 15 וועסט 16טע גאַס. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, קלינגט 212-294-8330 אָדער זעט זייער וועבזײַט, info@yum.cjh.org. |