|
אַלעקס דאַפֿנער שטעלט פֿאָר אין "קדימה" דעם גאַסט |
|
3. מײַן ייִדישער באַגאַזש
צווישן די שענסטע אוצרות, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געשאַפֿן און לאָזט איצט אַזוי לײַכטזיניק און גלײַכגילטיק צעשלעפּן — איז דער ייִדיש־אוצר. אויב דער אייבערשטער האָט געשאַפֿן דאָס וואָרט און געגעבן עס דווקא דעם מענטשן, נישט אַן אַנדער פֿון זײַנע באַשעפֿענישן, האָט ער דאָך דערמיט אַרויסגעוויזן דעם גרעסטן רעספּעקט און חשיבֿות פֿאַרן מענטשן.
דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום האָט געשאַפֿן אַן אייגן "וואָרט" — די שפּראַך ייִדיש. איז עס דען ניט קיין געטלעכע אַרבעט?! ייִדיש — איז אַ מין גלויבן; און ווער עס נעמט דאָס דאָזיקע גלויבן אָן, ווערט אַ טייל פֿון אַ באַזונדערער עדה, וואָס איז, ווי פֿריִער, צעוואָרפֿן איבער דער וועלט. וואָס טראָגט עס אין זיך, דאָס גלויבן? וואָס יעדעס גלויבן טראָגט — דעם פֿאָלקס גײַסט, אויסגעהאַלטן, ווי אַ טויזנט־יאָריק געטראַנק, אויף חכמה, הומאָר און געוויין, געשיכטע און גורל פֿון אָבֿות, מוזיק און טענץ — אַלץ אַרײַנגעשריבן אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה...
אין מעלבורן האָב איך באַגעגנט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, וואָס האַלטן זיך בײַ אָט דעם ייִדיש־גלויבן. יעדער פֿון זיי איז אַוודאי באַשעפֿטיקט מיט זײַן אייגענער פּרנסה, פֿאַרטאָן אין זײַן פֿאַך, משפּחה־ענינים; זיי רעדן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן אויף דער לאַנד־שפּראַך, אָבער אַלע פֿאַראייניקט זיי די געטרײַשאַפֿט און ליבע צו מאַמע־לשון. ווען זיי בלײַבן אַליין, אָדער טרעפֿן זיך מיט אַן אַנדער מיטגליד פֿון דער ייִדיש־עדה, וואַרפֿן זיי אַראָפּ פֿון זיך די וואָכעדיקע מלבושים און פֿילן זיך פֿרײַ און יום־טובֿדיק, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִד אום־שבת.
די אָנגעהעריקייט צו אָט דער עדה, דאָס היימישע צוטוליען זיך צו די מענטשן האָט מיט איין וויש אָפּגעווישט אַלע טויזנטער מײַל פֿון אונדזער געאָגראַפֿישער אָפּגעטיילטקייט.
אין וועג, ווי באַקאַנט, לאָזט מען זיך נישט מיט קיין ליידיקע הענט. אַוודאי, האָב איך נאָכגעשלעפּט מיט זיך אַ טשעמאָדאַן — פֿאָרט צו זײַן איבער צוויי וואָכן אין דער פֿרעמד און דערצו נאָך אַרײַנפֿאַלן אין אַ ווינטער... ס׳האָט מיר גאָרנישט געהאָלפֿן, מײַן ווײַב האָט אײַנגעפּאַקעוועט אַלץ וואָס זי האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק. פֿון דעסטוועגן, איז מײַן הויפּט־באַגאַזש באַשטאַנען פֿון עטלעכע מײַנע ביכער, לעצטנס דערשינען, און די דרײַ פֿילמען, וואָס איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרשטעלן פֿאַרן ייִדישן עולם אין מעלבורן: "יאָסל בירשטיין — אַ קוש אין ירושלים", "מישע לעוו — אויף די וועגן פֿון גבֿורה" און "אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש — ווילנע, מײַן ווילנע".
מײַן ערשטע עפֿנטלעכע טרעפֿונג מיטן מעלבורנער ייִדישן עולם איז פֿאָרגעקומען אינעם שיינעם זאַל פֿון דער "קדימה", וווּ ס׳איז געוויזן געוואָרן מײַן פֿילם "אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש — ווילנע, מײַן ווילנע". וועמען עס איז אינטערעסאַנט צו וויסן פּרטימדיק די געשיכטע פֿון דער וויכטיקער ייִדישער אינסטיטוציע, שיק איך אָפּ צו דער וועבזײַט פֿון "קדימה" www.home.iprimus.com.au/kadimah/k90eng.htm איך וויל נאָר צוגעבן עטלעכע ווערטער פֿון זייער הײַנטיקער טעטיקייט, געהערט פֿון דעם פּרעזידענט פֿון "קדימה" אַלעקס דאַפֿנער.
פֿאַראַיאָרן און במשך פֿון דעם יאָר פֿײַערט די "קדימה" איר 100־יאָריקן יוביליי. אויף דער וועבזײַט פֿון "פֿאָרווערטס" קאָן מען געפֿינען אין דער סעקציע "ייִדיש מעלבורן" דעם ווידעאָ־רעפּאָטאַזש פֿון דער שׂימחה לכּבֿוד דער היסטאָרישער דאַטע. די הײַנטיקע פֿירערשאַפֿט און אַקטיוויסטן פֿון "קדימה" באַשטייט ס׳רובֿ פֿונעם צווייטן דור — די קינדער פֿון יענע פּליטים, וואָס זײַנען געקומען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿון אייראָפּע. דער שיינער בנין פֿון דער קולטור־אינסטיטוציע ווערט, צום באַדויערן, נישט אַזוי אָפֿט באַזוכט, ווי אַמאָל; און די טויזנטער ייִדישע ביכער אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביבליאָטעק און די צענדליקער פּעקלעך דאָ און דאָרט, איבערגעגעבן אַהער פֿון די פֿאַרבליבענע פּריוואַטע ייִדישע שטוב־ביבליאָטעקן, רופֿן בײַ אַלעקסן אַרויס שווערע זיפֿצן. עס פֿרייט אָבער, אַז ייִדיש־לייענערס ווערן נישט פֿאַרשוווּנדן, ווי זעלטענע אינדיווידן, און נעמען זיך רעגולער צונויף אין אַ לייען־קרײַז, מיט וועלכן עס פֿירט אָן יאַנקל דעסאַוער, אַליין אַ מעדיצינישער דאָקטער און אַ קענער פֿון ייִדישער ליטעראַטור.
אין דער צײַט פֿון מײַן באַזוך האָב איך געהאַט דעם זכות זיך צו באַטייליקן אין דעם לייען־קרײַז צוויי מאָל: איין מאָל איז עס געווען אויף דעם סוף־וואָך (זע מײַן ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש אויף דער וועבזײַט פֿון "פֿאָרווערטס",
(www.yiddish.forward.com), און דאָס צווייטע מאָל, שוין אין דער "קדימה"־ביבליאָטעק, ווען כ׳האָט דערציילט פֿאַר אַ גרופּע פֿון 20—25 מענטשן וועגן מײַנע ביכער און עפּעס פֿון זיי געלייענט.
רײַך מיט טעאַטער־טראַדיציע, האַלט די "קדימה" די דאָזיקע טראַדיציע אָן אויך הײַנט. אַזוי איז אויפֿגעפֿירט און עטלעכע מאָל געוויזן געוואָרן פֿאַר אַ גרויסן שטאָטישן פּובליקום די מוזיקאַלישע פּיעסע "עק וועלט", געשפּילט פֿון דעם טאַלאַנטירטן אַנסאַמבל "געשמאַק" — עוועלין קרעיפּ, עליזאַ גרעי און טאָמי קאַלינסקי. די פֿאָרשטעלונג האָב איך געזען פֿאַראַיאָרן אויפֿן צווייטן אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל.
ווי כ׳האָב שוין געזאָגט, בין איך מיט אַלעקס דאַפֿנערן באַקאַנט געווען פֿון פֿריִער, בעת זײַן באַזוך אין ניו־יאָרק. ער האָט דעמאָלט אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" וועגן דער פּיאָנערישער אַרבעט פֿון ייִדישע טעריטאָריאַליסטן צו פֿאַרווירקלעכן זייער טרוים אויפֿן שטח פֿון אויסטראַליע. אין מעלבורן, שוין ווי אַ גאַסטגעבער, האָט אַלעקס געוויזן אונדז דעם שיינעם צענטער פֿון דער שטאָט, געפֿירט אונדז איבער די שמאָלע געסעלעך, אויפֿגעלעבט אין די לעצטע יאָרן און גיך באַליבט געוואָרן פֿון דער יוגנט. שוין געוווינט אין ניו־יאָרק צו דער פֿאַרשיידנקייט פֿון דער עטנישער מאַפּע פֿון פּנימער, זעט זי דאָ אויס, אויף די גאַסן פֿון מעלבורן, נאָך מער פֿאַרשיידנאַרטיקער און עקזאָטישער.
|
אַ לאַנגער שמועס אין דער סטודיע פֿון SBS |
|
פּרץ הירשביין, אין זײַנע רײַזע־נאָטיצן איבער אויסטראַליע, אין די אָנהייב 1920ער יאָרן, האָט אָנגערופֿן מעלבורן "די קרוין פֿון דער ווײַטער אויסטראַליע". יאָ, אין יענער צײַט האָט מען אויסטראַליע אַזוי גערופֿן "די ווײַסע אויסטראַליע". און ער דערקלערט ווײַטער: "דאָס פֿאָלק האַלט זיך גרויס מיט דעם נאָמען. דאַכט מיר, אַז קיין שום לאַנד האָט נישט אַזעלכע שטרענגע געזעצן און באַגרענעצונגען, בנוגע דעם נישט־ווײַס־הויטיקן, ווי אויסטראַליע. אַלע מענטשן־קינדער, וואָס זייער הויט איז נישט אין גאַנצן בלאַס, קען אַהער נישט אַרײַנקומען. געוויס וואָלט דאָס לאַנד געהאַט בײַ מיר פֿיל מער חן, ווען די עטלעכע צענדליק אײַנגעבוירענע, טונקלהויטיקע קינדער פֿונעם לאַנד וואָלטן האָבן זייער באַשיידענעם אָרט אין לעבן, ווי עס קומט זיי..."
זינט דעמאָלט האָט זיך אין דעם זין אַ סך געביטן אין דער וועלט בכלל, און אין אויסטראַליע, בפֿרט. די אויסטראַלישע רעגירונג שטיצט די עטנישע קולטורן סײַ די אָרטיקע און סײַ די אימיגראַנטישע; און ווי אַ באַווײַז דערפֿון קאָן דינען די ראַדיאָ־סטאַנציע SBS. אַלעקס דאַפֿנער פֿירט דאָרט אָן מיט דער ייִדישער אוידיציע. ער האָט אונדז געפֿירט איבער די צימערן, צעטיילט אויף צענדליקער קעמערלעך, וווּ עס ווערן צוגעגרייט די פּראָגראַמען אויף צענדליקער שפּראַכן, אויף וועלכע עס רעדן די בירגער פֿונעם לאַנד. אַלעקס האָט עס דערציילט מיט אַ באַזונדערן שטאָלץ; און ס׳איז טאַקע דאָ מיט וואָס צו שטאָלצירן! בפֿירוש אַ געלונגענער משל, ווי אַזוי עס וואָלט געדאַרפֿט געלייזט ווערן די פֿראַגע פֿון מולטי־קולטוראַליזם. אַמעריקע, מיט איר "דעמאָקראַטישן שמעלצטאָפּ", האָט דערפֿירט צום אונטערגאַנג נישט פֿון איין עטנישער אָרטיקער און אימיגראַנטישער שפּראַך און קולטור, בתוכם ייִדיש.
דערנאָך האָבן מיר זיך פֿאַרשפּאַרט מיט אַלעקסן אין אַ סטודיע און איבער אַ שעה האָב איך געענטפֿערט אויף זײַנע פֿראַגעס. ס׳איז מיר תּמיד אינטערעסאַנט צו ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון אַ זשורנאַליסט, וואָס ווייסט גוט דעם תּוך פֿון דער זאַך. אין אַן אַנדער מאָל, דאָ אין מעלבורן, איז עס פֿאָרגעקומען מיט באָבי זילבערמאַן, אויף דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַדיאָ־סטאַנציע 3zzz.
איך קער זיך איצט אום צו דער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם "אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש — ווילנע, מײַן ווילנע". איך און חנה פּאָלאַק, וואָס איז אין איינעם מיט מיר באַשעפֿטיקט אין דעם גרויסן פּראָיעקט "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס" — האָבן פֿאַרענדיקט די אַרבעט איבער דעם פֿילם אַקוראַט פֿאַר מײַן אָפּפֿאָרן קיין אויסטראַליע. אַזוי, אַז יענעם אָוונט אין "קדימה" איז באמת פֿאָרגעקומען דער ערשטער אָפֿענער באַווײַז פֿאַר אַן עולם. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זייער איבערגעלעבט, ווי אַזוי עס וועט אונדזער אַרבעט אויפֿגענומען ווערן.
דער גרויסער זאַל, וואָס נעמט אַרײַן אַן ערך 200 מענטשן, איז געווען פֿול. בײַם אָנהייב האָט דאָס וואָרט געהאַט אַלעקס דאַפֿנער, וואָס האָט מיך פֿאָרגעשטעלט און דערנאָך האָב איך שוין געמאַכט אַ קורצן אַרײַנפֿיר צו דעם פֿילם.
בדרך־כּלל, אויף מײַנע פֿילם־באַווײַזן אין אַמעריקע, אין ישׂראל, קומט דאָס אינטערעסאַנטסטע פֿאָר ערשט נאָך דעם, ווי דער פֿילם פֿאַרענדיקט זיך. צו מאָל טראַכט איך אַפֿילו, אַז דער צושויער האָט זיך שוין קוים דערוואַרט אויפֿן סוף, כּדי אַליין צו דערציילן זײַן אייגענע געשיכטע אָדער זײַן פֿאַרבינדונג מיט די געשעענישן, וואָס זײַנע ערשט געוויזן געוואָרן אויפֿן עקראַן.
אַזוי איז אויך געווען אין מעלבורן נאָך דעם פֿילם און נאָך די אַנדערע פֿילמען, וועגן מישע לעוו און יאָסל בירשטיין. צו מײַן גרויסער פֿרייד און אומדערוואַרטקייט איז אין זאַל, אין דער ערשטער ריי געזעסן אַן אַלטיטשקע, וואָס געדענקט פּערזענלעך אַבֿרהם קאַרפינאָוויטשן נאָך פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וווּ זיי האָבן זיך ביידע געלערנט. איר נאָמען איז שלימת שער (גיליגיטש פֿון דער היים). איר טאָכטער, אַן אַקטיוויסטקע אין "קדימה", האָט מיר דערציילט, אַז די מאַמע גייט שוין זעלטן אַרויס. אָבער איצט, דערהערנדיק וועגן דעם פֿילם, האָט זי געבעטן מע זאָל זי ברענגען. איך האָב זי אויך געזען אויף מײַן צווייטער פּרעמיערע אין מעלבורן, ווען כ׳האָב געוויזן דעם פֿילם וועגן מישע לעוו. לאַנג לעבן זאָלט איר, שלימת שער.
עמעצער פֿונעם עולם האָט אַוודאי נישט אויסגעמיטן צו פֿרעגן וועגן דעם מאָרגן פֿון ייִדיש. האָב איך זיך דערמאָנט אין די ווערטער פֿונעם ייִדישן ליטעראַטור־קריטיקער פֿון אויסטראַליע, יצחק קאַהאַן, וואָס כ׳האָב גראָד אויסגעלייענט פֿון זײַנעם אַ בוך עסייען און זיך פֿאַרשריבן אין מײַן נאָטיץ־ביכעלע: "דאָס גײַסטיקע פֿון אַ פֿאָלק דאַרף אַרײַנוואַקסן אין מאַרך פֿון די ביינער, אַרײַנדרינגען אין אונטערבאַוווּסטזײַן — דאָס זײַנען די הויפּט־פּראָבלעמען פֿון ייִדישן לעבן אין אונדזער צײַט".
אונדזער טאָג־טעגלעכקייט ווײַזט, אַז דווקא די יונגע מענטשן, וואָס זוכן אַ נאַציאָנאַלן יסוד אין זייער לעבן, געפֿינען אים דווקא אינעם גײַסט פֿון ייִדיש, ווי אַ שלמותדיקער אוצר פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום.