זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יודל מאַרק
יודל מאַרק
איצט קום איך צו מײַן מאַמעס ברידער. מײַן מאַמע האָט געהאַט פֿינף ברידער, ווײַל דער זיידע און די באָבע האָבן געהאַט פֿיר זין, נאָך דעם געהאַט אַ טאָכטער, און נאָך דעם נאָך אַ זון. דער עלטסטער איז געווען יעקבֿ, און נאָך אים איז געגאַנגען יהושע, לייבע, און דער לעצטער איז געווען שעיה.


דער פֿעטער יעקבֿ

מײַן פֿעטער יעקבֿ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1860 — פּונקט מיט צען יאָר עלטער פֿון מײַן טאַטן. גאָר יונג האָט ער זייער אַ סך געלערנט. ער איז ניט געווען אַזוי באַרימט ווי דער אַבֿרהמל פּאַלאָנגער מיט אַ פּאָר דורות פֿריִער, נאָר מע האָט אים אויך געהאַלטן פֿאַר אַן עילוי, פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקן. און אַז בײַ אים האָט זיך עס פֿאַרבונדן מיט גיין צוויי יאָר צײַט אין אַ דײַטשער פּראָגימנאַזיע, האָב איך שוין דערציילט. איז ווען דער יעקבֿ האָט חתונה געהאַט, האָט ער חתונה געהאַט מיט גאָר אַ גרויסן ייִחוס — מיט אַן אוראייניקל פֿון ווילנער גאָון. דאָס איז געווען דער גרעסטער ייִחוס בײַ אונדז. האָט ער זיך באַזעצט אין ליבאַווע און געוואָרן אַ בוכהאַלטער. דעמאָלט זײַנען געווען גרויסע ייִדישע פֿירמעס וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט אימפּאָרט; מיט אימפּאָרטירן, דער עיקר, הערינג. די הערינג איז כּמעט פֿאַר דער גאַנצער, גרויסער רוסישער אימפּעריע דורכגעגאַנגען דורך דעם האַוון ליבאַווע (אָדער ליפּײַ). בײַ איינעם פֿון די אימפּאָרטערן איז ער געוואָרן אַ בוכהאַלטער. ווי אַזוי האָט ער זיך אויסגעלערנט בוכהאַלטעריע — ווער ווייסט? ער האָט זיך אויסגעלערנט [און] געענדיקט.
אַז ער איז געוואָרן אַ בוכהאַלטער, איז בײַ אים געקומען אַ נײַע אידעע: וואָס דאַרף ער זײַן אַן אָנגעשטעלטער ערגעץ וווּ? ער וועט אַנדערע לערנען בוכהאַלטעריע. ווי וועט ער אַנדערע לערנען בוכהאַלטעריע? איז ער געווען דער ערשטער אין דער וועלט, וואָס האָט אָנגעהויבן לערנען בוכהאַלטעריע דורך בריוו. עס איז דאָ אַן אַלטע אויסגאַבע פֿון דער בריטישער ענציקלאָפּעדיע, וווּ בײַם וואָרט "בוכהאַלטעריע" איז אָנגעוויזן, אַז איינער מאַרק איז געווען דער וואָס האָט אויסגעפֿונען דאָס לערנען בוכהאַלטעריע דורך בריוו. אויף וועלכער שפּראַך האָט ער גענומען לערנען בוכהאַלטעריע דורך בריוו? אויף העברעיִש און אויף דײַטש — די ביידע שפּראַכן וואָס ער האָט געקאָנט.
[ער האָט] געמאַכט אַ גאַנצע סיסטעם: נאָך יעדן בריוו האָט מען געדאַרפֿט שיקן ענטפֿערס אאַז"וו. און ער האָט מיט דער צײַט אין רוסלאַנד געהאַט טויזנטער תּלמידים — (ביז צו דער ערשטער וועלט־מלחמה, [ווען] אַלץ איז חרובֿ געוואָרן.) דער קורס פֿון בוכהאַלטעריע האָט געקאָסט 25 רובל. ער האָט געגעבן אַנאָנסן אין די סאַמע פֿאַרשפּרייטע רוסישע זשורנאַלן. ס׳איז געווען אַ זשורנאַל "ניוואַ" (דאָס הייסט: לאָנקע, פֿעלד), וואָס עס פֿלעגט אַרויסגיין יעדע וואָך, וווּ עס איז געווען זײַן אַנאָנס. קורצינקע אַנאָנסן.
ער האָט געהאַט אײַנגעשטעלט אַ גאַנצן אָפֿיס, אַ גאַנצע קאַנטאָר, וווּ מענטשן פֿלעגן דורכקוקן די ענטפֿערס. אויף אַלצדינג, טאָמער עמעצער האָט געהאַט אַ טעות, זײַנען געווען פֿאַרטיקע ענטפֿערס. ס׳איז געווען אַ ריי, לאָמיר זאָגן, עטלעכע און 20 אָדער 30 פֿאַרטיקע געדרוקטע ענטפֿערס. און זײַן אַרבעט פֿלעגט נאָר באַשטיין [אין] אָנווײַזן, אָנשרײַבן דעם נומער פֿון דעם ענטפֿער. נאָר אין זייער זעלטענע פֿאַלן פֿלעגט מען דאַרפֿן שרײַבן אַן [אייגענעם] בריוו. ס’פֿלעגט אָנקומען אַ פּאָסט מיט הונדערטער בריוו, [און] ער איז געוואָרן אַ גרויסער סוחר, אַ גרויסער מאַן.
דער פֿעטער יעקבֿ מאַרק האָט פֿון זײַן ערשט ווײַב געהאַט פֿיר קינדער: צוויי זין און צוויי טעכטער. און בײַ דעם געבורט פֿון דעם פֿערטן קינד איז זי געשטאָרבן. (די געבורטן פֿלעגן דעמאָלט אויך אָפֿט ברענגען צום טויט. מען האָט ניט פֿאַרשטאַנען אָפּצוהיטן גענוג די ריינקייט אאַז"וו.) אַ קורצע צײַט נאָך דעם ווי זי איז געשטאָרבן, האָט ער חתונה געהאַט אַ צווייט מאָל, אויך מיט אַ פֿרוי פֿון ווילנע מיט אַ גרויסן ייִחוס, אַ פֿרוי פֿון דער משפּחה גאָרדאָן. אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון ווילנע איז דאָ אַ באַרימטע משפּחה גאָרדאָן. ווי אַזוי עס קומען ייִדן צו אַ משפּחה־נאָמען גאָרדאָן — אַזאַ טיפּיש ענגלישער נאָמען — איז שווער צו וויסן. נאָר דאָס זײַנען געווען די ערשטע ייִדישע דאָקטוירים אין ווילנע, וואָס זיי האָבן שטודירט אין איטאַליע, דער עיקר, אין פּאַדווע. און איינער פֿון זיי איז געווען אין שפּאַניע אין 18טן יאָרהונדערט, און ס׳איז דאָ די באַרימטע מעשׂה, ווי ער האָט געטראָפֿן מאַראַנען, און ווי ער איז געווען בײַ אַ סדר פֿון מאַראַנען.
ער איז געקומען אין מאַדריד ערבֿ־פּסח און ער האָט זיך אַרומגעדרייט אויפֿן מאַרק און געזוכט, וווּ געפֿינט מען אַ ייִד — וווּ וועט ער זײַן פּסח? האָט ער געזען, עס קומט צו פֿאָרן עפּעס אַ רײַכע קאַרעטע מיט פֿערד, און עס גייט אַרויס אַזאַ פֿאַרפּוצטער, אַ גאַנצער קנאַקער, און ער גייט צו און קויפֿט כריין. איז אים אײַנגעפֿאַלן: אָט־אָ דאָס איז אַ מאַראַן. ער האָט נאָך דעם באַשריבן [ווי] ער איז געווען שפּעטער בײַ אים בײַם סדר.
די דאָזיקע פֿרוי גאָרדאָן איז געווען אַ געגטע. (ניט יעדע פֿרוי — דער עיקר, אַ מיידל — וועט חתונה האָבן מיט אַ מאַן, וואָס האָט פֿיר קליינינקע קינדערלעך.) הכּלל, זי איז געוואָרן זײַן פֿרוי, זי האָט יאָרן לאַנג ניט געהאַט קיין קינד, און שפּעטער איז געבוירן געוואָרן דער מאָניע. יענער מאָניע [איז] אַ ביסינקע געווען זײַן גאַנץ לעבן עפּעס אַ האַלב־צעדרייטער, אַ האַלב־ניט־צעדרייטער. די אַנדערע קינדער פֿון מײַן פֿעטער יעקבֿ: איינער האָט געהייסן איציק (איסאַק האָט מען אים שוין גערופֿן). ער האָט שטודירט כעמיע [און] חתונה געהאַט מיט אַ גאַנץ פֿאַרמעגלעכער פֿרוי פֿון בודאַפּעשט. ער איז געקומען צוריק אין ליבאַווע [און] דאָרטן געעפֿנט אַ פֿאַבריק פֿון מאַכן זייף. און ס׳איז אים גוט געגאַנגען, אָבער נאָך דעם האָט מען אים געמישפּט, אַז ער האָט אויסגעניצט אַ פֿאָרמולע פֿון אַן אַנדער מין זייף, וואָס ער האָט ניט געטאָרט. [אַזוי ווי] ער האָט געהאַט אויף זיך אַ גרויסע משפּחה, האָט ער געמוזט אַוועקפֿאָרן קיין אַמעריקע. אין אַמעריקע איז אים ניט אַזוי גוט געגאַנגען, און ער איז געשטאָרבן.
זײַנע קינדער זײַנען אַוועק אויף פֿאַרשיידענע שלעכטע וועגן. וועלכע שלעכטע וועגן? למשל, [זײַן] טאָכטער האָט געהאַט אַ קינד; מילא, געהאַט אַ קינד — אָבער זי האָט ניט געוווּסט פֿון וועמען דאָס קינד איז. און זי האָט געלעבט פֿון דעם, וואָס זי האָט אַלע מאָל געוועט אין די פֿאַרמעסטונגען פֿון פֿערדגעיעג. דאָס איז געווען איר באַשעפֿטיקונג. זי לעבט נאָך, דאַכט זיך, אין מיאַמי ביטש. איך בין ניט זיכער — איך האָב זי, דאַכט זיך, אַ מאָל געזען גלײַך ווי איך בין געקומען [קיין אַמעריקע]. דער אַנדערער איז געווען אַ זון, וואָס איז געווען זייער אַ פֿעיִקער, און ער איז געשטאָרבן יונגערהייט.
נאָך דעם זײַנען געווען די ביידע טעכטער, וואָס איינע האָט געהייסן טערעזאַ און די צווייטע — בערטאַ. זיי זײַנען ביידע געווען רעוואָלוציאָנערקעס פֿון 1905. און טערעזאַ האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער פֿירער פֿון די רעוואָלוציאָנערן, וואָס האָט געהייסן רובינשטיין. זיי זײַנען ביידע געזעסן אין תּפֿיסה, אין שכנישע צימערלעך, און זיי האָבן זיך פֿאַרליבט איינער אינעם אַנדערן דורך קלאַפּן אין די ווענט (ס’איז געווען אַ גאַנצער קאָד). מען האָט שפּעטער איר מאַן ווידער געכאַפּט, אים פֿאַרמישפּט צום טויט, און יענער איז אַנטלאָפֿן דורך פּאַלאָנגע. דאָס געדענק איך נאָך: מע האָט אים געהאַלטן איין נאַכט בײַ אונדז אין אַ דאַכצימערל; פֿאַרשטייט זיך, ס׳איז געווען אַ גוואַלדיקע ריזיקע, האַלטן אַ מענטשן, וואָס איז אַ פֿאַרמישפּטער צום טויט און אַנטלויפֿט. דאָס איז געווען צום סוף [פֿון יאָר] 1905. ער איז אַנטלאָפֿן [און] נאָך דעם געוואָרן אַ גרויסער טוער בײַ די סאָציאַליסטן אין דײַטשלאַנד. ער איז געווען איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם דײַטשישן "פֿאָרווערטס". ער האָט זיך דאָרטן מיט איר געגט. זי איז געווען אין רוסלאַנד אין דער צײַט פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. זי איז געווען אין לענינגראַד [און] איז געוואָרן אַ געליבטע פֿון איינעם פֿון די פֿירער פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטן, ריאַזאַנאָוו. זי האָט אַ גוטע, פֿײַנע טאָכטער, וואָס הייסט נינאַ און וואָס אַרבעט ביז איצט אין די פֿאַראייניקטע פֿעלקער [ווי] אַן איבערזעצערין.
און די ייִנגסטע טאָכטער, בערטאַ, איז געווען די הויפּט־סעקרעטאַרין פֿון טשיטשערין — איינער פֿון די ערשטע אויסערן־מיניסטאָרן אונטער דעם סאָוועטישן רעזשים. שפּעטער איז זי געוואָרן דאָס ווײַב פֿון דעם זייער באַוווּסטן זשורנאַליסט [לויִס פֿישער], וואָס האָט געשריבן וועגן גאַנדהי און געשריבן פֿריִער וועגן די קאָמוניסטישע טוער, וועגן דעם קאַמף אין דער וועלט, וואָס איז דאָ אַרום גאַזאָלין [און נאַפֿט].


פֿאַרדאָרבן אין אַמעריקע

איך וויל דערציילן וועגן אַ פּאָר אָפּצווײַגן פֿון דער משפּחה אין אַמעריקע: שעיהס קינדער און לייבעס קינדער, און שפּעטער איז געקומען נאָך אַ ברודער — דודס קינדער. פֿון דודס קינדער, איינער פֿון זײַנע זין, איז דזשודאַס — מיר ביידע הייסן נאָך דעם זעלביקן זיידן. און דוד האָט געהאַט נאָך אַנדערע קינדער, טעכטער און זין. ס׳איז דאָ אַן אָפּצווײַג פֿון דער משפּחה אין דעטרויט. וואָס שייך שעיהס קינדער, האָבן זיי זיך שטאַרק אַנטוויקלט ווי גרויסע פֿאַבריקאַנטן פֿון שיך, און ס׳איז דאָ זייער אַ פּאָפּולערע פֿירמע פֿון שיך, וואָס דער צענטער איז קליוולאַנד, אָהײַאָ, וואָס געהערט צו דער דאָזיקער משפּחה. פֿון דער משפּחה זײַנען דאָ געוויסע קרובֿים אין מיאַמי [און] מיאַמי־ביטש, וואָס איך האָב זיי קיין מאָל ניט באַזוכט.
נאָר אַ פּאָר ווערטער וועגן דער משפּחה פֿון מײַן פֿאָטער. פֿון דער משפּחה פֿון מײַן פֿאָטער זײַנען אַלע קינדער אַוועק אין אַמעריקע, אָדער קיין דרום־אַפֿריקע. מײַן פֿאָטערס אַ שוועסטער, וואָס האָט געהייסן שׂרה, איז געוווינט אין בראָנקס, און זי האָט געהאַט אירע קינדער: איינע וואָס האָט [געוווינט] אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿון שטאַט ניו־יאָרק; אַ זון בנימין, אַ טאָכטער מערי, און זיי האָבן זיך צעשפּרייט, דער עיקר, איבער ניו־יאָרק. אַן אייניקל פֿון זיי האָט חתונה געהאַט [מיט] איינעם פֿון דער משפּחה וואָס פֿאַרמאָגט (אָדער געהאַט פֿאַרמאָגט) [דאָס] געשעפֿט "מייסיס". זי האָט זיך אויך שוין געהאַט געגט מיט אים.
דער אונטערשטער סך־הכּל איז, אַז דער גאַנצער גורל פֿון דער משפּחה איז אַ געשיכטע פֿון אַ צעשפּרייטונג און אַ געשיכטע פֿון אַסימילאַציע. מײַן זיידע האָט געהאַט 6 קינדער, אַלע זעקס האָבן געהאַט אַ זון וואָס טראָגט דעם נאָמען יודל. קיינער פֿון די יודלס איז ניט ענלעך איינער אויפֿן צווייטן. [איינער איז אַ] רעפֿאָרם־ראַבײַ [און הייסט] דזשודעס. די איבעריקע פֿיר אייניקלעך פֿון דעם יודל זײַנען שוין אַסימילירטע. אויף וויפֿל זיי זײַנען צוגעהעריק הײַנט צום ייִדישן פֿאָלק, צו דער גאַנצער משפּחה, די צוגעהעריקייט ווייסן זיי קוים. און איינער, דער ייִנגסטער, דער זון פֿון מײַן פֿעטער יהושע, וואָס האָט אַזוי שפּעט חתונה געהאַט אין זײַן לעבן (ער איז אַגבֿ געווען אַ העלד אין מײַנע יונגע יאָרן; וועגן דעם וועל איך דערציילן אַן אַנדערס מאָל) — אָבער ער איז, פֿון זײַנע יאָרן אין "הײַ־סקול" [מיטלשול] אָן, געוואָרן פֿאַרשיכּורט, פֿאַרכּישופֿט, פֿאַראומגליקלעכט פֿון פֿאַרשיידענע סם־גראָזן וואָס ער ניצט. ער איז שוין איצט אַ מאַן פֿון זײַנע 35—36 יאָר, אַן אומגליקלעכער מענטש פֿון אונטערוועלט, וואָס וואַלגערט זיך ערגעץ וווּ אַ האַלב־ניכטערער. און די מומע ליבע איז זיכער די אומגליקלעכסטע פֿרוי אין דער וועלט: איין זון געהאַט, איין קינד געהאַט, און שוין אַזוי פֿיל יאָרן, שוין כּמעט 20 יאָר האָט זי פֿון אים צרות. באַקומט זיך, אַז פֿון ייִדישן פֿאָלק ראַטעווען זיך שטיקלעך און ברעקלעך.
די ערשטע העלפֿט פֿון דעם וואָס איך האָב געוואָלט דערציילן, האָב איך הײַנט דערציילט.


דעם טאַטנס בורשטין־געשעפֿט

די ערשטע יאָרן פֿון מײַן לעבן זײַנען געווען באמת גליקלעכע יאָרן. לויט דער נײַער רעכענונג, וואָס איז געקומען ערשט אין 1917 אין רוסלאַנד, בין איך געבוירן געוואָרן דעם 2טן נאָוועמבער 1897. ווען איך בין געבוירן געוואָרן, איז שוין מײַן טאַטע געווען אַ פֿאַבריקאַנט פֿאַר זיך אַליין. ער איז געוואָרן אַ פֿאַבריקאַנט גלײַך נאָכן קומען פֿון אַמעריקע. די ערשטע סחורות פֿון קעניגסבערג האָט ער געקראָגן אויפֿן חשבון פֿון זײַן פֿעטער הערצע. מיט יאָרן שפּעטער האָט ער אָנגעהויבן אַליין צו קריגן גרעסערע סכומען מאַטעריאַל, בורשטין, אויף זײַן אייגענעם חשבון. ער האָט אין אָנהייב געהאַט ניט מער ווי 5־6 אַרבעטער. ער איז געווען דער, וואָס האָט גענומען נײַע מענטשן, און זיי פֿריִער אויסגעלערנט דעם פֿאַך. וויפֿל ער האָט זיי באַצאָלט, ווייס איך נישט. מיט יאָרן שפּעטער האָט ער באַקומען אויך געניטע אַרבעטער אויף געוויסע דירעקטע און ספּעציעלע טוּונגען אין פֿאַרבינדונג מיט אויסאַרבעטן בורשטין.
דער פֿאָטער איז זייער גיך רײַך געוואָרן. וואָס איז דער סוד פֿון זײַן רײַך ווערן? דאַרף מען עס דערקלערן מיט צוויי זאַכן: ערשטנס, מיט דעם, וואָס ער איז געווען זייער אַ גוטער בעל־מלאָכה, אַ קינסטלער בעל־מלאָכה. און בײַ אַזאַ קינסטלער בעל־מלאָכה גייט ניט אין ניוועץ קיין איין שטיקל בורשטין, יעדע זאַך ווערט אויסגעניצט. די צווייטע סיבה איז געווען, וואָס ער איז געווען אַ גוטער סוחר. אין די יאָרן אין מאָסקווע האָט ער זיך אויסגעלערנט די דאָזיקע תּורה. און זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געווען אַ פֿאַרקערטע. מע האָט קאָנקורירט איינער מיטן אַנדערן און מע פֿלעגט אַרונטערלאָזן די פּרײַזן. אַז מע פֿלעגט קומען מיט דער סחורה אין פּעטערבורג, אין מאָסקווע, און, דער עיקר, אַז מע פֿלעגט קומען איין מאָל אַ יאָר אויף אַ פּאָר חדשים אויף דעם גרויסן יאָרמאַרק, אויף דעם גרויסן יאַריד אין ניזשני־נאָווגאָראָד, אין יענער שטאָט, וואָס עס הייסט גאָרקי [אין דער סאָוועטישער תּקופֿה]. דאָרטן פֿלעגן קומען מענטשן טיף פֿון אַזיע, פֿון פּערסיע, אַפֿילו פֿון אַראַבישע לענדער איז מען געקומען און מע פֿלעגט אײַנקויפֿן בורשטין, [ווי אויך] אַנדערע סחורות.
האָט מײַן פֿאָטער אײַנגעשטעלט, אַז בײַ אים קאָסט אַלץ טײַערער ווי בײַ אַנדערע, און זײַן חשבון איז געווען, אַז ווען מען רעכנט טײַערער, וועט מען גיכער פֿאַרקויפֿן, מ’עט מער לייזן, מ’עט קריגן אַ גוטן נאָמען; מע וועט ווערן אַ סוחר, וואָס אויך די צופֿעליקע, וואָס קומען אויף דעם יאַריד, וועלן אים קענען. ער האָט אַפֿילו זיך געפֿירט אַנדערש: אַז מע פֿלעגט וועלן קומען זיך דינגען מיט אים, פֿלעגט ער זאָגן: "אָט דאָ ניט ווײַט איז דאָ אַן אַנדערער, גיי קויף בײַ אים". און שפּעטער האָט ער אָפּגעלאַכט פֿון דעם, ווײַל ער האָט געזאָגט, אַז אין אונדזער איצטיקער וועלט, גיט מען פֿאַר דעם וואָס מען דאַרף די קלענסטע מטבע, און דאָס וואָס מע דאַרף נישט איז טײַערער פֿון אַלץ. דער בעסטער חשבון איז: דימענטן קאָסטן אַזוי טײַער און ברויט איז אַזוי ביליק. געדאַרפֿט האָט דאָך עס אייגנטלעך זײַן פֿאַרקערט! האָט מען אין שטעטל געזאָגט, אַז יעדעס יאָר בײַ איצע מאַרק קומט צו אַ ייִנגל און נאָך הונדערט טויזנט רובל. עס פֿלעגט מסתּמא ניט צוקומען קיין הונדערט טויזנט רובל, נאָר דאָס איז געווען די גוזמא אין דעם שטעטל.

(המשך אין קומענדיקן נומער)