4. סוף־וואָך אויסטראַליע
זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג, אַרויסגעלאָזט אין אויסטראַליע אין די סוף 1940ער, האָט יאָסל בירשטיין אָנגערופֿן "אונטער די פֿרעמדע הימלען". אין מײַן פֿילם וועגן דעם שרײַבער "יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים", דערקלערט ער אַזאַ נאָמען דערמיט, וואָס די זאַטע אויסטראַלישע ערד איז אים אפֿשר געווען נישט פֿרעמד, אָבער די הימלען — יאָ פֿרעמד. אין די אָנהייב 1950ער האָט יאָסל מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿון "שאָף און רינדער" און איז עולה געווען קיין ישׂראל.
אין דער זעלבער צײַט זײַנען אין אייראָפּע געזעסן אויף זייערע מאָגערע וואַנדער־וואַליזקעס טויזנטער ייִדן, וואָס האָבן געחלומט צו עמיגרירן קיין אויסטראַליע. אַ טייל פֿון זיי האָט זיך אײַנגעגעבן אָנצוקומען עק וועלט און זיך דאָ באַזעצן. הײַנט וווינען אינעם לאַנד אַרום 140 טויזנט ייִדן; פֿאַר זיי איז דער אויסטראַלישער הימל געוואָרן אַ היימישער דאַך איבערן קאָפּ.
אין משך פֿון די אַן ערך דרײַ וואָכן איז ראַיען און מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן גוטע ווערטער וועגן דעם לאַנד און מענטשן, וועגן אַ "רויִק לעבן", און אַז דעם אויבנאָן פֿונעם אויסטראַלישן שטייגער־לעבן פֿאַרנעמען צוויי זאַכן — דער אויסטראַלישער פֿוסבאָל און ביר. דעם אויסטראַלישן ביר האָב איך פֿאַרזוכט, אָבער אין פֿוסבאָל האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו שפּילן, כאָטש אין אַ דיסקוסיע וועגן "ספּאָרט אין דער ייִדישער פּרעסע" איז מיר אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן; און געשען איז עס בעת דעם סוף־וואָך אויסטראַליע.
בעת דעם סוף־וואָך אויסטראַליע: פֿון רעכטס — אַלעקס דאַפֿנער, רענאַטאַ זינגער, אַהרן זייבל באָריס און ראַיע סאַנדלער |
דער סוף־וואָך, ווי אַ "ייִדיש־פּאַטענט", איז אַרײַנגעבראַכט געוואָרן קיין אויסטראַליע פֿון אַמעריקע אין 2004. צוגעטראַכט האָט דעם "סוף־וואָך" די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס איז אַליין געגאַנגען נאָך ווײַטער, און האָט פֿאַרוואַנדלט עם "סוף־וואָך" אין אַ גאַנצע ייִדיש־וואָך. אין דער בראָשור, אַרויסגעלאָזט ספּעציעל צו דעם הײַיאָריקן סוף־וואָך אויסטראַליע, בין איך אָנגעוויזן געוואָרן ווי אַ "ספּעציעלער אינטערנאַציאָנאַלער גאַסט". אַז מע לעבט, דערלעבט מען אויך צו אַזאַ כּבֿוד.
דורכצופֿירן אָט די וויכטיקע אונטערנעמונג האָבן זיך אונטערגענומען פֿיר אָרגאַניזאַציעס: די פּנינה זילבערמאַן־פֿונדאַציע, דער י. וואַקס־קולטור־צענטער, די "קדימה" און די שלום־עליכם־שול. דאָס אָרט, וווּ ס׳האָבן זיך צונויפֿגענומען בײַ 70 סוף־וואָכניקעס האָט געהייסן "קאַלאָראַמאַ"־האָטעל. אויף וויפֿל איך ווייס, איז דער "קאָך־לעפֿל" פֿון דער אונטערנעמונג געווען רענאַטאַ זינגער, אַ פֿרוי מיט אַ באַזונדערן טאַלאַנט צו געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט.
דער סדר־היום פֿונעם סוף־וואָך איז געווען אַזוי געדיכט צונויפֿגעשטעלט, אַז ס׳איז דאַכט זיך נישט פֿאַרפֿאַלן געגאַנגען קיין איין שעה. זינגערײַ, קאָרטן און ברעטל־שפּילערײַ, שוויץ און וויץ, לייענקרײַז, דראַמע־קרײַז, האַנטאַרבעט, אַ "פֿאַנטאַסטישע שפּיל". איך מוז דאָ זיך מודה זײַן, אַז ראַיע און איך האָבן שוין לאַנג אַזוי נישט געלאַכט פֿון די פֿריילעכע פֿאַרמעסטן, וואָס ס׳האָבן צוגעטראַכט און דערמיט אָנגעפֿירט די שוועסטער זילבערמאַן, אָדער ווי מע רופֿט זיי דאָ "זילבערמיידלעך".
וועגן אַזאַ שפּאַציר אין וואַלד פֿון אַלטע עווקאַליפּטוס־ביימער, וואָס האָבן זיך ברייט צעוואַקסן אויף די נייגן פֿון דענדינאָנג־בערג, האָבן מיר געקאָנט נאָר טרוימען אין ניו־יאָרק. די לופֿט איז אָנגעזעטיקט מיט עטער־אייל, עס אָטעמט זיך גרינג און דאָס קלעטערן באַרג־אַרויף פֿילט זיך שוין נישט אַזוי שווער. איין קלייניקייט: אונטן, צו די אַנטבלויזטע טיילן פֿון פֿיס זויגן זיך צו צו דער הויט פּיצינקע ווערעמלעך, וואָס בײַסן און רופֿן אַרויס אַ לײַכטן טומל בײַ די פֿרויען. אינטערעסאַנט, אַז קיינער פֿון דער גרופּע ווייסט נישט דעם פּאַסיקן נאָמען פֿון דעם ווערעמל אויף ענגליש, ווערט עס באַלד אָנגערופֿן מיטן ייִדישן וואָרט "פּיאַווקעס".
אונדזער גרופּע שפּאַצירער באַשטייט פֿון צען־פֿופֿצן מענטשן. אין וואַלד ווערט יעדעס וואָרט אונטערגעכאַפּט און אַרויפֿגעטראָגן אַרויף צו די קרוינען פֿון ביימער, וווּ ס׳האָבן זיך אויסגעזעצט טשאַטעס גרויסע ווײַסע קאַקאַדו־פּאָפּוגײַען און רייצן הויך איבער די ייִדיש־רעדנדיקע טוריסטן. אויב פֿאַרמאַכן די אויגן, קומט באַלד אויף אַ בילד פֿון אַן אייראָפּעיִש ייִדיש שטעטל פֿאַר דער מלחמה, וווּ אין מאַרק האָבן זיך אין איין צײַט צעקריגט אַלע ווײַבער. אין אייראָפּע קאָן מען זען אַ לעבעדיקן קאַקאַדו נאָר אין זאָאָפּאַרק, דערצו נאָך געציילטע, נישט טשאַטעסווײַז. עס קומט אויפֿן זינען אַ קינדער־לידעלע, וואָס ס׳האָבן זיך דערפֿון פֿאַרגעדענקט נאָר צוויי שורות:
אינעם לאַנד פֿון קאַקאַדו,
וואַקסן נישט מאַראַנצן...
וואָס שייך מאַראַנצן, בין איך נישט זיכער, אָבער ווײַסע קאַקאַדוס זײַנען אין אויסטראַליע נישט ווייניקער ווי אין אַנדערן עק וועלט — שוואַרצע קראָען.
פּלוצעם בלײַבט מען שטיין. וואָס איז? מ׳האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט. קיין משה רבינו איז נישטאָ צווישן אונדז ער זאָל אונדז אַרויספֿירן. מיר האָבן אָבער יאַנקל דעסאַורן, וואָס איז אַליין אַ דאָקטער און אַ קענער פֿון ייִדיש, אָבער, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, קען ער נישט לייענען קיין וועג־מאַפּע. ער דרייט זי אַהין און הער, און זיפֿצט: "מיר זײַנען אויף גרויסע צרות, קינדערלעך". ווי אַ פֿרומער ייִד, לייגט ער פֿאָר צו זאָגן "שמע־ישׂראל..." — און מיר וועלן זײַן געראַטעוועט. זעט אויס, אַז ס׳רובֿ פֿון אונדזערע אַוואַנטורע־זוכערס זײַנען געווען אַפּיקורסים, ווײַל קיינער האָט זײַן עצה נישט געפֿאָלגט. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטיקל מרידה, כּמעט ווי אין יענע ווײַטע צײַטן פֿון יציאת־מצרים. אייניקע האָבן געזאָגט, אַז מע דאַרף זיך אומקערן מיטן זעלבן וועג צוריק, און די אַנדערע — אַז מע דאַרף גיין נאָר "קדימה"! און דאָך, האָבן מיר אַ גרויסן גאָט, וואָס איז ברייטהאַרציק צו אַלע זײַנע קינדער. גאָר אין גיכן איז אונדז געקומען אַנטקעגן אַ יונגער־מאַן מיט אַ וועלאָסיפּעד און האָט אונדז געוויזן דעם ריכטיקן וועג. ווען מיר זײַנען שוין אַרויס פֿונעם וואַלד, האָט עמעצער באַמערקט, אַז דער יונגער־מאַן האָט זיך נאָר פֿאַרשטעלט ווי אַ וועלאָסיפּעדיסט, אין דער אמתן איז דאָס געווען אַ למד־וואָווניק. און טאַקע: ווער נאָך קאָן פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד אין אַ געדיכטן עווקאַליפּטוס־וואַלד?
די קינדער־גרופּע אויף דעם סוף־וואָך מיט זייער מאָלערײַ |
נאָך אַלעמען, נאָך דעם אויסמאַטערנדיקן שפּאַציר, האָב איך זיך דערוווּסט פֿון אַלעקס דאַפֿנער, אַז ער און איך באַטייליקן זיך אין אַ דעבאַטע וועגן דער ייִדישער פּרעסע און ספּאָרט. מיר ביידע, ווי די איינציקע פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער וועלט־מעדיאַ, וועלן מוזן האַלטן אַן ענטפֿער אויף די טענות, וואָס עס האָבן צו אונדז די פֿיר פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿון ספּאָרט: שפֿרה, הינדע, יאַנקל און דודי.
אַזאַ גרויסע ליבע צו ספּאָרט איז מסתּמא באַרעכטיקט; נישט אומזיסט איז דאָך אויסטראַליע אויסגעקליבן געוואָרן צוויי מאָל ווי אַן אָרט דורכצופֿירן אָלימפּישע פֿאַרמעסטן.
דער "אויסבליק־צימער", ווי ס׳האָט געהייסן דער גרעסטער זאַל אינעם האָטעל, איז געווען פֿולגעפּאַקט, ווי ס׳וואָלט דאָרט געזאָלט פֿאָרקומען אַ גלאַדיאַטאָר־שלאַכט. דער המון איז דורשטיק פֿאַר אַ טראָפּן בלוט; דאָס עסן איז דאָך אויף דעם סוף־וואָך נאָר וועגעטאַריש. און אָט הייבט זיך אָן די דאָזיקע דעבאַטע. די מאַנשאַפֿט שכּנגד וואַרפֿט אונדז פֿאָר שאַרפֿע באַשולדיקונגען און קריטישע שטאָכן, וואָס זײַנען אין אַ געוויסער מאָס באַרעכטיקט. ס׳איז דאָך אמת, אַז די ייִדישע פּרעסע איז פֿון קדמונים אָן פֿאַרנומען נאָר מיט פּאָליטיק — וועלטלעכע און ייִדיש, אַנטיסעמיטיזם און טויזנטער אַנדערע פּראָבלעמען, וואָס האָבן קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט.
מע דאַרף גלײַך באַמערקן, אַז דער באַלאַנס פֿון כּוחות איז געווען נישט קיין גלײַכער — 4 קעגן 2; פֿיר יונגע מענטשן, מיט שאַרפֿע צונגען און אָנגעשפּיצטע מוחות, קעגן צוויי באַיאָרטע, פֿאַרמאַטערטע ייִדן; אמת, דערפֿאַרענע, וואָס האָבן אויסגעהאַלטן אין זייער פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן נישט איין אַטאַקע און קריטישן אָנפֿאַל. דער סוף פֿון דער דעבאַטע איז געווען אַ פֿרידלעכער, און וויכטיק איז, אַז אַלע צדדים — סײַ די באַטייליקטע און סײַ דער עולם — זײַנען געבליבן צופֿרידן און געגאַנגען זיך לייגן שלאָפֿן אין אַ גוטער שטימונג.
אויפֿן אַנדערן טאָג, אינעם זעלבן זאַל, פֿאַרן זעלבן עולם, האָט דער ענגלישער שרײַבער אַהרן זייבל געשמועסט מיט מיר וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און מײַן שאַפֿערישן וועג "פֿון אַ פֿידלער צו אַ שרײַבער". ווי ס׳האָט געזאָגט איינער אַ חכם, "ס׳איז פּשוט אַ מחיה האָבן צו טאָן מיט אַ קלוגן מענטש." איך מיין, אַוודאי, מײַן וויזאַווי, אַהרן זייבל. אַ שיינער מאַנספּאַרשוין, וואָס זײַן אויסזען האָט מיר דערמאָנט אַ פּאַטריצי, אַ רוימישן אַריסטאָקראַט פֿונעם לערנבוך "געשיכטע פֿון דער אוראַלטער וועלט". אַ מחבר פֿון אַ ריי נאָוועלן אויף ייִדישע טעמעס, איז ער אַליין אַ קינד פֿון די שארית־הפּליטה, געבוירן אין ניו־זילאַנד און אויפֿגעוואַקסן אין אויסטראַליע. אַ סך פֿון די געשעענישן, געשילדערט אין זײַנע ביכער, זײַנען פֿאַרבונדן מיט זײַן אייגן לעבן און דעם לעבן פֿון זײַנע עלטערן.
ער רעדט אַ גוטן פּוילישן ייִדיש און די פֿראַגעס, וואָס ער האָט מיר געשטעלט, זײַנען געווען צו דער זאַך און צו דער צײַט. צום באַדויערן, האָב איך אַ טרויעריקע דערפֿאַרונג פֿון שמועסן מיט ייִדן — געבילדעטע, מומחים אין זייער פּראָפֿעסיאָנעלן תּחום, אָבער ווען עס קומט צו נאַציאָנאַלע ווערטן, בפֿרט צו ייִדיש, ווײַזן זיי אַרויס זייער פֿולע עם־הארצות. איך ווייס נישט, ווי ווײַט כ׳האָב פֿאַרענטפֿערט אַהרנס פֿראַגעס, אָבער איך האָב באַקומען אַ גרויסע הנאה פֿון דער טרעפֿונג און באַקאַנטשאַפֿט מיט אים, אַ קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט און פֿאָרזיצער פֿונעם אויסטראַלישן פּען־קלוב.
דאַכט זיך, בלויז איין סוף־וואָך פֿון אַ גאַנץ יאָר, און וויפֿל גוטע געפֿילן האָבן אַלע באַטייליקטע אַרויסגעטראָגן פֿון דער אונטערנעמונג. וואָס מע זאָל נישט זאָגן, אָבער ייִדיש פֿאַרהיימישט; נאָך מער, עס שאַפֿט צווישן די מענטשן אַ באַזונדערע נשמה־פֿאַרבינדונג, ווי עס טרעפֿט זיך אין גוטע משפּחות. אפֿשר, ווײַל ייִדיש וועקט טאַקע אויף בײַ מײַן דור אַ פֿאַרבינדונג מיט די זאָרגלאָזע קינדער־יאָרן, עלטערן... וואָס ברענגט אַהער די יוגנט, מיידלעך און ייִנגלעך פֿון 16—18 יאָר? מעגלעך, אויסצוזען אַנדערש, ווי זייערע חבֿרים? פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַ באַזונדערער קולטור? זינגען צוזאַמען שיינע זינגלידער? און אפֿשר צו פֿאַרשטיין דאָס, וואָס עס רעדן זייערע עלטערן, אַז זיי, די קינדער, זאָלן עס נישט פֿאַרשטיין, ווי ס׳איז געווען אויך אין אונדזערע קינדער־יאָרן?
כּמעט אַלע פֿון דעם יוגנוואַרג, ווי אויך די קינדערלעך, וואָס זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט זייערע ספּעציעלע באַשעפֿטיקונגען, האָבן אָדער זיך געלערנט, אָדער לערנען זיך הײַנט אין דער שלום־עליכם־שול און זײַנען אַקטיווע "סקיפֿיסטן", די יוגנט־אָרגאַניזאַציע בײַם מעלבורנער "בונד".
די שלום־עליכם־שול איז הײַנט אפֿשר די איינציקע שול אין דער וועלט, וווּ ייִדיש פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער לערן־פּראָגראַם. ניין, כ׳האָב אין די קאָרידאָרן פֿון דער שול נישט געהערט, די קינדער זאָלן רעדן צווישן זיך ייִדיש; וואָס יאָ, אויף אַלע טירן פֿון די קלאַסן, אויף די ווענט־צײַטונגען און פּלאַקאַטן און אַוודאי אין די קלאַסן אַליין — אומעטום זעט מען אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש. פֿאַר די קינדער איז ייִדיש נישט קיין מאָדנע לשון, וואָס מע רעדט, ווען מע ווערט אַלט; אָט די איבער 130 קינדער, וואָס לערנען זיך דאָ, וואַקסן פֿון קינדער־גאָרטן אָן ביזן 6סטן קלאַס מיטן קלאַנג פֿון ייִדישן וואָרט; מיט די לידעלעך און שפּילערײַען אויף ייִדיש. זאָלן זיי אין זייער דערוואַקסענעם לעבן נישט אַלע ווערן ייִדישיסטן, אָבער די שול־יאָרן וועלן פֿאַרבלײַבן אין זייער זכּרון, צוזאַמען מיט די נעמען פֿון זייערע געטרײַע ייִדיש־לערערינס. לאָמיך טאַקע אָנרופֿן זייערע נעמען: חנה גאַווענדאַ, דירעקטאָרין פֿון אַלע ייִדישע קלאַסן, דבֿורה זילבערמאַן, פֿריידי מראָצקי, מרים טשעסטער, פּערל שקלאַר, עליסאַ גרעי און אַנדערע...
אינעם פֿאַרמאַכטן הויף פֿון דער שול, וווּ ס׳האָט זיך געשפּילט אַ כאָפּטע קינדערלעך פֿון אַ יאָר פֿינף־זעקס, האָב איך בײַ אַ ייִנגעלע געפֿרעגט אויף ייִדיש: "ווי הייסטו?" — האָט ער מיר באַלד געענטפֿערט: "דזשאָזעף". "און וואָס איז דײַן ייִדישער נאָמען", האָב איך זיך צו אים צוגעטשעפּעט? "יאָסעלע!" — איז געווען זײַן ענטפֿער.
יאָ, כ׳האָב זיך דערמאָנט די צוויי ווײַטערדיקע שורות פֿון דעם קינדער־לידעלע. קלינגט עס אין גאַנצן אַזוי:
אינעם לאַנד פֿון קאַקאַדו,
וואַקסן נישט מאַראַנצן,
שפּרינגען פֿריילעך קענגורו,
שענקען בלומען קראַנצן.