פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ לובאַוויטשער ייִד אין ווענעציע
אַ לובאַוויטשער ייִד אין ווענעציע
ווען מיר, טאַטע־מאַמע און איך, זײַנען אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אין נײַנצן פֿופֿציקסטן יאָר, האָט מען זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ פֿינף־צימערדיקער דירה אין דער בראָנקס, לעבן דער טרײַבאָראָ־בריק, און זיך נישט געקענט גלייבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע פּרעכטיקע דירות אויף דער וועלט. זי איז באַשטאַנען פֿון אַ קיך, אַן עסצימער, אַ זיצצימער און צוויי שלאָפֿצימערן. ממש אַ פּאַלאַץ. אויס שרעק האָבן מיר זיך אַלע דרײַ דעמאָלט אַרײַנגעצויגן אין איין שלאָפֿצימער און נישט געוווּסט ווי אַזוי מען לעבט אין פֿינף צימערן.
איך האָב דעמאָלט בײַ זיך געשוווירן, אַז מער וועל איך שוין נישט וואַנדערן. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל אין מײַן לעבן. ביז צו ביסלעך האָט מען זיך צוגעוווינט, און גענומען זיך אַרויסציִען פֿונעם שלאָפֿצימער און זיך פּאַמעלעך גענומען באַזעצן אין די איבעריקע צימערן. איך האָב פֿאַרנומען אַ שלאָפֿצימער פֿאַר זיך, און דער הויפּט־זאַמלפּונקט איז געווען אין קיך. דאָרט, אויפֿן טיש איז געשטאַנען די ראַדיאָ, און ווי נאָר מיר זײַנען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזוי האָט מען אַרויפֿגעדרייט די סטאַנציע WEVD און זיך גענומען צוהערן צו דער טראַנסמיסיע פֿון די לעצטע נײַעס. צו ביסלעך האָט מען געקויפֿט אַ ביסל מעבל, דער עיקר, אַ קוסעטקע, און גענומען זיך פּאָרען אַרום דעם סאַלאָן, מיט דער טעלעוויזיע. ווי נאָר עס איז אַריבער אַ יאָר, האָב איך פֿאַרגעסן מײַן שבֿועה צו זיך און אַוועק זומער־צײַט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, מיט דער באַן. דאָרט האָט געוווינט מײַן מאַמעס גאַנצע משפּחה. כ׳האָב זיך אַפֿילו נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון, אַז מער ריר איך זיך נישט פֿון אָרט. נאָך אַלעמען, רוסלאַנד, פּוילן, טשעכײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. מיר זײַנען געווען אויסגעמוטשעט. זינט דעמאָלט בין איך שוין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, צווישן זיי ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, טשעכײַ און איטאַליע, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע, די שווייץ און ישׂראל, מעקסיקע און ס׳רעשט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, עפּעס קען איך בשום־אופֿן נישט אײַנזיצן אויף אַן אָרט, ס׳ציט מיך צום לופֿטפֿעלד, צו נײַע האָריזאָנטן, נײַע פּאַנאָראַמעס, און אַ חוץ דעם, האָט אַ ייִד נישט קיין זיצפֿלייש, ס׳דאַכט זיך אים אַז אויף יענער זײַט ים קומט עפּעס פֿאָר וואָס מיר טאָרן נישט פֿאַרפֿעלן.
בין איך אַוועק נאָך אַ מאָל קיין צפֿון־איטאַליע; זיך אויפֿגעהויבן מיט חבֿרים און אַוועק. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, אין מיצקע דרינען איז פֿאָרגעקומען אַן ערד־ציטערניש אין צפֿון. האָט מען אויסגעדרייט דעם דאַשיק און גענומען רײַזן קיין דרום. פֿאַרשטייט זיך, אַז איטאַליע איז אַ שיין און ווויל לאַנד, נאָר די איטאַליענער, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, פֿוילע קעץ. ס׳גלוסט זיך זיי נישט אַרבעטן. צו האָט מען אָנגעשפּאַרט אַזש קיין ווענעציע, וווּ די הײַזער שטעקן אין וואַסער, וווּ די אינדזלען זײַנען פֿאַרבוּנדן מיט אַ שלל פֿון קאַנאַלן, וווּ אַריבערצוגיין די גאַס מוז מען געפֿינען אַ בריק אָדער כאַפּן אַ שיפֿל וואָס דינט ווי אַ טעקסי. בײַ זיי הייסט עס אַ גאַנדאָלאַ מיט אַ "סאָלע מיאָ."
אַ רײַכער פּאַלאַץ וואָס פֿאַרמאָגט פֿון אַלעם גוטן וווּ עס שטייט אָנגעשריבן: HUMILITAS — באַשיידנקייט
אַ רײַכער פּאַלאַץ וואָס פֿאַרמאָגט פֿון אַלעם גוטן וווּ עס שטייט אָנגעשריבן: HUMILITAS — באַשיידנקייט

איז וווּ גייט אַ ייִד? אין געטאָ. זײַנען מיר אַוועק מיט אַ שיפֿל איבערן קאַנאַל זוכן די אַמאָליקע ייִדישע געטאָ. אַריבער אַ בריקל וואָס איבערן קאַנאַל, דערזעט מען מיט אַ מאָל אַ כּשרן רעסטאָראַן וואָס רופֿט זיך "גאַם־גאַם." די טישלעך זײַנען באַזעצט מיט קונדן, מיט אַ פּאַנאָראַמע פֿון קאַנאַלן, בריקן, מאַסן מענטשן, טוריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט. מ׳קען קוים אַריבערגיין די גאַס. די זון האָט געשײַנט און מיר האָבן זיך אַלע געמאַכט באַקוועם אַרום די טישלעך. דאָרט האָט מען סערווירט פֿון אַלעם גוטן, אַפֿילו געפֿילטע פֿיש און קניידלעך מיט יויך האָבן נישט געפֿעלט. אינעווייניק, אין רעסטאָראַן גופֿא, זײַנען די טישלעך געווען באַזעצט מיט פֿרומע ייִדן מיט בערד און פּאות; האָט מען זיך דערפֿילט אין דער היים. נאָך אַלעמען, ליובאַוויטשער.
לעבן אונדז איז געזעסן אַ באַלײַבטע פֿרוי מיט איר מאַן. זי איז געווען אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנערין, געטראָגן אַ גרויסן מגן־דוד אויף דער ברוסט, און גערעדט הויך אויף אַ קול. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז זי הייסט זשענעוויעוו און איר מאַן דניאל, אַ גר. זי האָט פֿאַרמאָגט אַ ייִדישע מאַמע מיט אַ טאַטן פֿון די אַפֿריקאַנער לענדער. דערציילט זי אונדז, און פֿאַרהילכט די גאַנצע גאַס מיט איר הילכיקער שטימע, אַז זי קומט פֿון ריטשמאָנד, ווירדזשיניאַ. דאָרט איז זי אַ מיטגליד אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל, וווּ די ייִדן הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט די ייִדישקייט. זי ווידער, קען ציטירן פֿון דער הפֿטורה, קען זאָגן תּפֿילות, איז פֿאַרטראָטן אין כאָר, קען אַפֿילו זינגען די התּקווה. אַזוי, אַז די ווײַסע ייִדישע גענדז זײַנען איר גוט מקנא געווען.
אָפּגעזעסן אַ ווײַל, געגעסן אַ געשמאַקע מאָלצײַט, זיך געזעגנט מיט זשענעוויעוון, מיט איר מאַן, און אַוועק זוכן די געטאָ. מיר האָבן נישט געדאַרפֿט לאַנג זוכן, ווײַל אַ פּאָר טריט פֿון רעסטאָראַן, אויף לינקס, האָט מען זיך אָנגעשטויסן אין אַ ציגלנעם טויער און פֿאַר אונדז האָט זיך אויסגעשפּרייט אַן אָפֿענער, רונדיקער קרײַז. אַרום און אַרום דעם קרײַז — פֿילשטאָקיקע געבײַדעס מיט בענק, געשעפֿטן, שויפֿענצטער און שילן.
איך גיב אַ קוק. לעבן אַ שולכל זיצט אַן עלטערער ייִד מיט אַ באָרד און פּאות. פֿרעג איך אים:
"ר׳ ייִד, איר רעדט ייִדיש?"
לאָזט ער אַרויס אַ הילכיק געלעכטער:
"ייִדיש.!!! האַ? בלויז איטאַליעניש און עבֿרית.
"איך בין," זאָגט ער מיר, "אַ ספֿרדי. ווי קומט צו מיר ייִדיש?"
לעבן דער שיל אַ שויפֿענצטער. מיט יאָרן צוריק, ווען מיר זײַנען געווען אין ווענעציע, איז דאָרט געווען אַ געשעפֿט פֿון גלאָז געבלאָזענע שאָך־פֿיגורן. די פֿיגורן זײַנען באַשטאַנען פֿון איין זײַט, ייִדן מיט טליתים און ספֿר־תּורות. זיי אַנטקעגן — קריסטן, וווּ דער קעניג האָט אויסגעזען ווי אַ גלח, מיט אַ גרויסן קרייץ אויף דער ברוסט. דער שאָך האָט דעמאָלט געקאָסט שווערע געלטער.
דאָס געשעפֿט האָט שוין נישט עקזיסטירט. אַנשטאָט דעם האָבן זיך אַהין אַרײַנגעצויגן די ליובאַוויטשער מיט בערד און פּאות, קאָמפּיוטערס און, דער עיקר, גוטע מכניסי־אורחים. אויף אַ בריקל זײַנען געשטאַנען אַ חבֿרה יונגע־לײַט מיט בערדעלעך, פּאהלעך און קאַפּעלעך. בין איך באַלד צו צו זיי:
"ייִדישע יונגע־לײַט! ייִדיש רעדט איר?"
אַ נעכטיקע וועטשערע. פֿרעג איך זיי וואָס זיי טוען דאָ. דערציילן זיי מיר אַז דאָ געפֿינט זיך אַ ישיבֿה, וווּ עס לערנען יונגע חבֿרה פֿון אויסטראַליע און קאַנאַדע, אַמעריקע און רוסלאַנד. מײַן באַוווּנדערונג באַשטייט פֿון דעם וואָס ייִדן האָבן זיך אומגעקערט קיין ווענעציע, זיך באַזעצט דאָ אין געטאָ און רעדן איטאַליעניש און צו מאָל עבֿרית, אָבער נישט קיין ייִדיש.
די ווענעציאַנער ייִדן וועלכע האָבן זיך אין מיטלעלטער דאָ באַזעצט אַרום דעם עלפֿטן יאָרהונדערט, זײַנען געקומען פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, האָלאַנד, טערקײַ און גריכנלאַנד. דאָ האָט זיך געפֿונען דער צענטער פֿון מיסחר און האַנדל; אַ מיטלוועג צווישן מיזרח און מערבֿ. צווישן די תּקופֿות, ווען מען האָט די ייִדן אַ מאָל פֿאַרבאָטן און אַ מאָל דערלויבט דאָ צו וווינען, האָט מען סוף־כּל־סוף באַוויליקט אַ וווינאָרט וואָס האָט זיך גערופֿן "געטי," וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט מעטאַל־אַרבעטער. אַשכּנזישע ייִדן האָבן פֿאַרוואַנדלט דאָס וואָרט "געטי" אין "געטאָ." ייִדן האָבן געמוזט טראָגן אַ סימן וואָס האָט זיי אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן. די געטאָ איז געווען געשלאָסן בײַ נאַכט און שיפֿלעך מיט קריסטלעכע אויפֿפּאַסער האָבן געהיטן די געטאָ.
די שילן האָט מען דאָ געבויט צווישן 16טן און 17טן יאָרהונדערט. יעדער סעקטע ייִדן האָט אויפֿגעשטעלט שילן לויט זייער סטיל פֿון עבֿודת־הבורא. די דײַטשע ייִדן, די פֿראַנצויזישע, די לעוואַנטישע, גריכישע, טערקישע און שפּאַנישע ייִדן, האָבן פֿאַרמאָגט זייער באַזונדערע ספֿרדישע שיל.
נאָך נאַפּאָלעאָנס זיג אין 1797, האָט ער באַפֿוילן אָפּצושאַפֿן די גרענעצן קעגן ייִדן, און פּראָקלאַמירט גלײַכע רעכט. דאָס ייִדישע לעבן האָט געבליט ביזן אויפֿקום פֿון נאַציזם אין 1938, ווען מען האָט ווידער אַ מאָל אַנולירט די ייִדנרעכט און די נאַצישע רדיפֿות האָבן אויפֿגעוואַכט. 249 ווענעציאַנער ייִדן זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן און אויסגעגאַנגען אין די געטאָס און טויטלאַגערן. בלויז אַכט ייִדן האָבן זיך אומגעקערט קיין ווענעציע נאָכן חורבן.
אין געטאָ געפֿינט זיך אַ גרויסע ביבליאָטעק, אַרכיוו און אַ מוזיי. דאָרט האָב איך געפֿונען איבערזעצונגען אויף איטאַליעניש פֿון די ביכער פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן. אויך אַ ייִדישע און העברעיִשע ווערטערבוך.
צווישן אַ שלל מיט פּאַלאַצן, אָנגעפּיקעוועט מיט גאָלדענע שאַנדאַליערן, לוקסוריעזע טעפּעכער, רחבֿותדיקע גערטנער איז אומעטום געווען אויסגעשניטן דאָס וואָרט (Humilitas), וואָס אויף ייִדיש קען מען עס טײַטשן ענוות, הכנעה, שפֿלדיקייט, אונטערטעניקייט, מה־יפֿית, ווי אַן אָרעמער קרובֿ, ווי אַ וואָרעם אין שטויב, זײַן נידעריקער פֿון שטויב. און איך האָב געלאַכט. פֿאַר וועמען האָבן זיך די פּריצים געבויגן מיטן שיינעם וואָרט? זיכער נישט פֿאַרן המון־עם.
ערשט די טעג, דערוויס איך זיך, אַז מיר האָבן אויסגעמיטן אַן ערד־ציטערניש. נאָר אויך אַ טאָרנאַדאָ האָט זיך געיאָגט מיט דער שנעלקייט פֿון 90 מײַל אַ שעה, איבערגעקערט שיפֿלעך, אָבער קיינער איז נישט דערטרונקען געוואָרן. האָבן מיר, הייסט עס, אויסגעמיטן צוויי קאַטאַסטראָפֿעס מיט איין טראַסק, צוריקגעקומען מיט גאַנצע ביינער, געבענטשט גומל און זיך געזעצט באַשרײַבן די ווענעציאַנער רײַזע.