ליטעראַטור

Bernard Wasserstein.
On the Eve:
The Jews of Europe
Before the Second World War.
New York: Simon and Schuster,
2012


אינעם אָנהייב פֿון זײַן בוך צעטיילט דער מחבר דאָס גאַנצע אייראָפּעיִשע ייִדנטום צווישן ביידע וועלט־מלחמות אויף פֿיר טיילן, אין הסכּם מיט זייער פּאָליטיש־געאָגראַפֿישן מצבֿֿ׃ מערבֿ־אייראָפּעיִשע דעמאָקראַטיעס, נאַציסטישע דײַטשלאַנד, מיטל־ און מיזרח־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַליסטישע דיקטאַטורן, און דעם סאָוועטן–פֿאַרבאַנד. אין יעדן טייל האָבן ייִדן געהאַט אייגענע צרות, סײַ ווי אַ רב–ישׂראל, סײַ ווי כּלל־ישׂראל; אָבער אומעטום — אַזוי ווײַזט אָן וואַסערשטיין אין זײַן עיקר־טעזיס — איז דאָס ייִדישע לעבן געגאַנגען באַרג־אַראָפּ. די סיבות זײַנען דערצו געווען פֿאַרשיידענע׃ אַסימילאַציע, אַנטיסעמיטיזם, נידעריקע געבורטיקייט, סטאַליניסטישע רדיפֿות...
נאַטירלעך, אַז דער מצבֿ בײַ ייִדן איז געווען אַ זייער פֿאַרשיידענער אין אָט די פֿיר טיילן. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן זיך באַזונדערע סעגמענטן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום גענומען דערווײַטערן איינער פֿונעם אַנדערן. די שפּאַלטונגען זײַנען דורכגעגאַנגען ניט נאָר פּאַזע די פּאָליטישע גרענעצן, הגם זיי זײַנען געוואָרן אַלץ מער געשלאָסן פֿאַר ייִדן. נאָך טיפֿער זײַנען געוואָרן די אינעווייניקע חילוקי־דעות׃ צווישן וועלטלעכע און רעליגיעזע, צווישן קאָמוניסטן און ציוניסטן, צווישן אָרעמע און רײַכע, צווישן מערבֿ און מיזרח.
איז ווי אַזוי זשע קאָן מען אַרומכאַפּן אין איין בוך אַזאַ מין כאַאָטישן און פֿאַרשיידן־מיניקן כּלל, ווי דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום ערבֿ דעם חורבן? איידער מיר קומען אָן צו דער דאָזיקער פֿראַגע דאַרף מען זאָגן, אַז כּדי זיך צו פֿאַרמעסטן אויף אַזאַ פֿאַרנעמיקן אויפֿטו, מוז מען פֿאַרמאָגן סײַ ברייטע קענטענישן אין דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער געשיכטע, סײַ טיף זיך אַ גראָב טאָן אין די ייִדישע ענינים, אַרײַננעמענדיק פֿאַרשידענע שפּראַכן.
מען דאַרף אויך גלײַך זאָגן, אַז פּראָפֿעסאָר וואַסערשטיינס בוך איז אַ מוסטערווערק פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג. אַנשטאָט צו פֿאַרלאָזן זיך אויף אַנדערע, מער ספּעציאַליזירטע שטודיעס, האָט ער, אין איינעם מיט זײַנע באַהעלפֿער, דורכגעאַקערט אַ ריזיק פֿעלד פֿון אַרכיוואַלע מקורים און פּעריאָדישער פּרעסע. די פֿרוכטן פֿון דער דאָזיקער מי טרעפֿט מען אויף יעדער זײַט. די פֿילצאָליקע בײַשפּילן זײַנען דער בשׂר־ודם פֿונעם בוך. זיי זײַנען לעבעדיק, פֿריש, קאָלירפֿול און, דער עיקר, זייער טרעפֿלעך.
אָבער אינעם לעצטן סך־הכּל זײַנען די בײַשפּילן ניט מער ווי אַ בוישטאָף, און פֿאַר אַ געבײַדע מוז מען אויך האָבן אַ פּלאַן און אַ סטרוקטור. וואַסערשטיינס בוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, וועלכע באַהאַנדלען פֿאַרשידענע סאָציאַלע, עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן קיום אין אייראָפּע ערבֿ דעם חורבן. אין יעדן קאַפּיטל ברענגט דער מחבר צונויף אויף אַ פֿאַרגלײַכיקן אופֿן אַלע פֿיר פּאָליטיש–געאָגראַפֿישע געביטן, כּדי צו אַנטפּלעקן קעגנזײַטיקע ענלעכקייטן און אונטערשיידן. מען דאַרף ספּעציעל אָפּמערקן די גרונטיקייט פֿון זײַן באַהאַנדלונג פֿון די ענינים פֿון קולטור, ליטעראַטור און פּרעסע אויף ייִדיש אין פּוילן און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (הגם רומעניע פֿאַרדינט, לויט מײַן געשמאַק, מער אויפֿמערק).
פֿונעם באַשרײַבערישן נוסח גייט דאָס בוך בהדרגה אַריבער צום מער אַנאַליטישן, און זײַן סטרוקטור און אַרגומענטן ווערן קלאָרער. די קעגנזײַטיקע אַנטוויקלונג–ליניעס ווערן אַלץ בולטער ווען אייראָפּע פֿאַלט נאָך טיפֿער אַראָפּ אינעם תּהום פֿון דער וועלט־מלחמה. אין דײַטשלאַנד און מיטל–אייראָפּע ווערן ייִדן "געטאָיִזירט" דורך די פֿאַשיסטיש־נאַציאָנאַליסטישע רעזשימען. דער איינציקער אויסוועג פֿון דער דאָזיקער פּאַסטקע איז עמיגראַציע. אָבער דאָס ווערט אַלץ שווערער צוליב עקאָנאָמישע און פּאָליטישע סיבות.
אַנטיסעמיטיזם וואַקסט אויך אין די מערבֿ־אייראָפּעיִשע דעמאָקראַטיעס; אין פֿראַנקרײַך און האָלאַנד, וואָס ראַנגלען זיך מיט די פּליטים פֿון דײַטשלאַנד. נאָר די היגע ייִדן גלייבן נאָך אַלץ אין אַסימילאַציע ווי אַ רפֿואה. די סאָוועטישע מלוכה האָט אין יענער צײַט נאָך ניט געפֿירט קיין אָפֿיציעלע אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק. אָבער די קאָמוניסטישע פּאַרטיי לאָזט אַלץ ווייניקער אָרט פֿאַר דער ייִדישער קולטור אַפֿילו פֿונעם סאַמע "כּשרן" מין.
בײַם סוף 1930ער יאָרן האָבן כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע רעגירונגען, פֿון האָלאַנד און פֿראַנקרײַך ביזן סאָוועטן–פֿאַרבאַנד, אײַנגעאָרדנט קאָנצענטראַציע־לאַגערן פֿאַר מענטשן, וווּ מ׳האָט זיי געהאַלטן צוליב אַן עפֿנטלעכער "סכּנה"׃ פּליטים, פּאָליטישע קעגנער, און סתּם בירגער, ווי אינעם סאָוועטישן "גולאַג". ניט אַלע רעפּרעסירטע זײַנען געווען ייִדן. אָבער אין גיכן איז די דאָזיקע אינטערנאַציאָנאַלע "המצאה" געוואָרן אַן הויפּט–אינסטרומענט אין די הענט פֿון די נאַציס פֿאַר אויסהרגענען ייִדן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס.
וואַסערשטיין ציט די אונטערשטע שורה פֿון זײַן בוך׃ "די צען מיליאָן אייראָפּעיִשע ייִדן זײַנען בשום אופֿן ניט געווען פֿון איין מין. אַ סבֿרה, אַז זיי זײַנען געווען דאָס סאַמע פֿאַרשידן־מיניקסטע פֿאָלק אויפֿן קאָנטינענט. אָבער זיי זײַנען געשטאַנען אַנטקעגן בשותּפֿותדיקע שׂונאים, און זיי האָבן געהאַט אַ בשותּפֿותדיקן גורל." אַזוי אַרום האָט דער קריטישער מצבֿ פֿאַראייניקט דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום קעגן זייער ווילן שוין אין סאַמע אָנהייב פֿונעם חורבן.
מען וועט אַוודאי קיין מאָל ניט וויסן, וואָס וואָלט געשען מיט די ייִדן אין אייראָפּע אָן היטלערן און אָן דעם חורבן. וואַסערשטיין טענהט, מיט אַ סך מכריעדיקע און איבערצײַגעוודיקע ראיות, אַז אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן ייִדן ווי אַ פֿאָלק געהאַלטן אין איין ווערן קלענער, שוואַכער, עלטער, אָרעמער, מער "גוייִש" און ווייניקער "ייִדיש". און דער עיקר, זײַנען ייִדן געווען אומבאַהאָלפֿן פֿאַר די פּאָליטישע מאַכטן, וואָס זייער ציל איז געווען צו באַזײַטיקן ייִדן פֿון די "פּאָליטישע גופֿים" פֿון זייערע לענדער.
אויף וויפֿל אַזאַ אויספֿיר איז ריכטיק איז שווער צו זאָגן, ווײַל געשיכטע, ווי באַוווּסט, אַנטוויקלט זיך ניט לויט דירעקטע ליניעס און האָט ניט קיין קלאָרע לאָגיק. אַ סך וויכטיקער איז די פֿראַגע, וואָס צו טאָן מיט דער רײַכער היסטאָרישער ירושה, וואָס איז פֿאַרבליבן אויף הפֿקר נאָך דעם אומקום פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. אין דעם זין איז דאָס בוך ״ערבֿ״ ווערטפֿול ניט נאָר ווי אַן אַנאַליטישער סך־הכּל פֿון דער דראַמאַטישער תּקופֿה, נאָר אויך ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר צוקונפֿטיקע פֿאָרשונגען. פֿון יעדן קאַפּיטל קאָן מען שעפּן נײַע אידעען, קוקווינקלען און אָנווײַזונגען אויף נײַע מקורים פֿאַר ווײַטערדיקע שטודיעס.