געזעלשאַפֿט

רבי שמואל־יעקבֿ קאַן, דער מנהיג פֿון "תּולדות אַבֿרהם־יצחק"
רבי שמואל־יעקבֿ קאַן, דער מנהיג פֿון "תּולדות אַבֿרהם־יצחק"
לויט אַן אַרטיקל אויף דער פּאָפּולערער חרדישער וועבזײַט "נײַעס פֿון דער ישיבֿה־וועלט" (Yeshiva World News), האָט מען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, דעם 28סטן יוני, איבערגעגעבן, אַז דער רבי פֿון "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אַ באַקאַנטע חסידישע גרופּע אין ארץ־ישׂראל, האָט דערקלערט אַ מלחמה קעגן די אַזוי־גערופֿענע "טרייפֿענע" צעל־טעלעפֿאָנען, וועלכע דערמעגלעכן צו שיקן טעקסט־מעלדונגען אָדער באַזוכן די אינטערנעץ.
דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע
"שעדלעכע" זאַך.
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן.
אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן.
אין דער מיטל־עלטערישער ייִדישקייט איז געווען פֿאַרשפּרייט די דעה, אַז מע מעג מחלל־שבת זײַן בלויז צוליב אַ סכּנותדיק־קראַנקן פֿרומען ייִד, אָבער נישט פֿאַר אַ נישט־ייִד אָדער אַ ייִד, וואָס היט נישט קיין שבת. הײַנט אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט — אַחוץ אַ קליינער צאָל אולטראַ־רעכטע רבנים — האַלטן פֿאַקטיש אַלע, אַז מע מוז ברעכן שבת אָדער אַן אַנדער מיצווה, כּדי צו ראַטעווען יעדעס מענטשלעך לעבן.
צווישן די מיטל־עלטערישע רבנים זענען שוין אַוודאי געווען באַרימטע אָנהענגער פֿון הומאַניסטישע ווערטן, אַזעלכע ווי הרבֿ מנחם מאירי, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז מע מוז זיך באַציִען גלײַך צו אַלע מאָראַליש־אויסגעהאַלטענע מענטשן, און זיכער מחלל זײַן שבת פֿאַר זיי, ווען מע מוז עס טאָן. דער רמב״ן האָט געהאַט אַן ענלעכע דעה. דער רמב״ם און אַ צאָל אַנדערע באַרימטע רבנים האָבן אָבער געהאַלטן, אַז פּיקוח־נפֿש איז נישט אַ פּרינציפּ, לויט וועלכן ס׳איז בעסער צו ברעכן איין מיצווה, כּדי אַן אַנדער מענטש זאָל בלײַבן לעבן, כּדי צו האָבן אַ מעגלעכקייט צו היטן מיצוות ווײַטער. לויט אַזאַ לאָגיק, לוינט זיך מחלל צו זײַן שבת בלויז פֿאַר די, וואָס זענען אַליין שומרי־שבת.
די הײַנטיקע חרדים האַלטן זייער שטאַרק פֿונעם רמב״ם. פֿונדעסטוועגן, זענען זיי אויך מסכּים, אַז מע טאָר נישט מאַכן קיין פּראַקטישע חילוקים צווישן מענטשן, ווען עמעצער איז אין סכּנה. פֿאַקטיש, מאַכן זיי אַוועק דעם רמב״מס דעה אין דעם־אָ פֿאַל, דורך פֿאַרשיידענע תּירוצים.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אָט־דאָס מחלוקת צווישן דעם רמב״ם און דעם רמב״ן דערמאָנט אין דער באַקאַנטער מעשׂה, וועלכע ווערט דערמאָנט נישט אין אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן קוואַל, נאָר גאָר אין דער קריסטלעכער ביבל, וווּ יעזוס האָט געמאָלדן, אַז "שבת איז פֿאַרן מענטש, און דער מענטש איז פֿאַרן שבת". הגם די דאָזיקע פֿראַזע איז געוואָרן באַקאַנט אין דער וועלט ווי אַ קריסטלעכע, קומט זי פֿון ייִדישקייט און טרעפֿט זיך כּמעט אין דער זעלבער פֿאָרעם אין גמרא: "שבת איז געגעבן צו אײַך, און נישט איר זענט געגעבן געוואָרן צו שבת". ס׳זעט אויס, אַז אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט זענען אַלע קרײַזן מער־ווייניקער מסכּים מיט דער דאָזיקער אוראַלטער פֿאָרמולע, אַז "שבת איז פֿאַרן מענטש", און נישט פֿאַרקערט.
נישט לאַנג צוריק איז אין דער פֿרומער וועלט פֿאָרגעקומען אַן אַנדערער קאָנטראָווערסאַלער סיכסוך: אַ צאָל פֿירנדיקע ישׂראלדיקע אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן שאַרף פֿאַרדאַמט די קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרמער ייִדישע באַוועגונגען. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער שפּאַלט צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און דער קאָנסערוואַטיווער ייִדישקייט האָט זיך אָנגעהויבן, ווען די קאָנסערוואַטיווע ייִדן האָבן דערלאָזט צו פֿירן אַן אויטאָ שבת צו דער שיל, כּדי אָפּצוראַטעווען די ייִדישע קהילות פֿון אַסימילאַציע. על־פּי־הלכה, מעג מען אויך מחלל זײַן שבת, כּדי צו ראַטעווען אַ גאַנצע קהילה אָדער אַפֿילו אַ יחיד פֿון אַ גײַסטיקער סכּנה.
פּאַראַדאָקסיש, באַנוצט זיך דער איצטיקער פּסק פֿון אַ שטרענג־חסידישן רבין ממש מיט דער זעלבער לאָגיק. ער גלייבט, אַז די אינטערנעץ און "קלוגע" צעל־טעלעפֿאָנען ברענגען אין זײַן קהילה אַ מהומה; ממילא, האָט ער דערלאָזט צו ברעכן שבת, כּדי זי אויסצומײַדן. הגם זײַן פּסק איז בעצם אַן עקסטרעם־נעגאַטיווער, ווײַזט ער אַרויס דעם זעלבן קוראַזש, ווי בײַ די גרינדער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.
עס באַקומט זיך אַ טשיקאַווער פּאַראַדאָקס. אין מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן דעם צווישן־רעליגיעזן סינטעז פֿון ייִדישקייט, איסלאַם און קריסטנטום, אין שײַכות מיט הרבֿ שמולי בוטחס קאָנטראָווערסאַלן בוך וועגן יעזוסן, האָב איך באַמערקט, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן קאָן אַזאַ סינטעז אויפֿקומען דורך אינטערנעץ־דיסקוסיעס. די ייִדישע בלאָגן העלפֿן אויך די אָרטאָדאָקסישע און נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. אין דעם פֿאַל, האָט אַ חסידישער רבי דווקא נישט געוואָלט, אַז זײַנע חסידים זאָלן קאָנטאַקטירן פֿרײַ מיט דער דרויסנדיקער וועלט... איז ער אַרויסגעקומען מיט אַ פּסק, וואָס דערמאָנט דווקא דעם קאָנסערוואַטיוון געדאַנקען־גאַנג. ווײַזט אויס, אַז נישט בלויז די אינטערנעץ גופֿא, נאָר אַפֿילו די קענגערשאַפֿט דערצו קאָן גורם זײַן אַ מאָדנעם צונויפֿגוס פֿון ענלעכע אידעען פֿון צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע רעליגיעזע גרופּעס.
דאָס הייסט, אַז אַפֿילו לויט די עקסטרעמסטע חרדים מעג מען ברעכן שבת און אַנדערע מיצוות צוליב אַ קריטיש־וויכטיקן געזעלשאַפֿטלעכן צוועק. ווי ווײַט קאָן דערפֿירן די לאָגיק פֿון אַזאַ פּסק? לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ פּראָגרעסיוו־טראַכטנדיקן ייִד, וואָס צעטיילט נישט, חלילה, מענטשן אויף פֿעלקער און רעליגיעס, ווען עס קומט די צײַט זיי צו ראַטעווען. ער וועט אויך קיינעם נישט דיקטירן, וואָס יענער זאָל טראָגן אין קעשענע און וואָס צו גלייבן. פֿונדעסטוועגן, איז אַזאַ ייִד אַ טראַדיציאָנעלער שומר־מיצוות פֿון אַ גאַנץ יאָר.
לאָמיר זאָגן, אַז אַזאַ ייִד, אַ שומר־תּורה מיט פּראָגרעסיווע דעות, וויל זיך באַטייליקן שבת אין אַ סאָציאַלער אָדער אַ פּאָליטישער אַקציע, וועלכע קאָן העלפֿן צו ראַטעווען טויזנטער מענטשן פֿון הונגער און נויט. עס קאָן זײַן, אַז די אַקציע וועט ברענגען אַ היזק קעגן סאָציאַלע סטרוקטורן אָדער אַזעלכע יחידים, וואָס פֿאַרשקלאַפֿן מענטשן און ברענגען זיי אַרײַן אין אַן עכטער סכּנה. צי וואָלט אַזאַ ייִד געקאָנט באַשליסן, אַז מע מעג עס טאָן על־פּי־הלכה?
עס קאָן זײַן, אַז דער הײַנטיקער חסידישער פּסק קאָן העלפֿן צו פֿאַרשטיין די לאָגיק פֿון געוויסע פֿרומע רעוואָלוציאָנערן, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער ראַדיקאַלער טעטיקייט פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — צומאָל שבת — און פֿאָרט האָבן געפֿירט אַ גאַנץ טראַדיציאָנעל לעבן. די עצם־קאָנצעפּציע, אַז מע מעג מחלל־זײַן שבת און ברעכן אַנדערע הלכות נישט בלויז פֿאַרן פּערזענלעכן פּיקוח־נפֿש, נאָר אויך צוליב קריטיש־וויכטיקע סאָציאַלע צוועקן, קאָן בכלל ברענגען צו אַ סך אינטערעסאַנטן קאָנסעקווענצן. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט דורכצופֿירן אַ היסטאָרישע פֿאָרשונג, ווי אַזוי די רבנים פֿון פֿריִיִקע תּקופֿות — בפֿרט מיט 100 יאָר צוריק, אינעם סאַמע ברען פֿון לינק־ראַדיקאַלע באַוועגונגען, האָבן געקוקט אויף דער דאָזיקער פֿראַגע.
ס׳איז אַ שאָד אָבער, אַז אין דעם הײַנטיקן פֿאַל האָט אַ חסידישער רבי אַרויסגעגאָסן זײַן ראַדיקאַליזם אויף צעל־טעלעפֿאָנען, באַטראַכטנדיק זיי ווי אַ כּלומרשטן קוואַל פֿון סכּנה, ווען אין דער רעאַלער וועלט זענען פֿאַראַן אַ סך אַלמענטשלעכע סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע זענען אָן אַ שיִער מער ערנסט און טאַקע מסוכּנדיק.