אויב עמעצער וועט אײַך פֿרעגן, ווי אַזוי קאָן אַזוי זײַן, אַז צוויי ייִדן זאָלן האָבן דרײַ מיינונגען, שיקט אים אָפּ קיין ישׂראל; דאָרט, אין דער רעגירונג אין איין מיניסטאָרן־קאַבינעט בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, קאָן דער שוץ־מיניסטער האָבן זײַן אייגענע פּאָליטיק און דער אויסערן־מיניסטער — אַן אַנדער פּאָליטיק. וואָס שייך דעם פּרעמיער־מיניסטער גופֿא, האָט ער אויך זײַן אייגענע פּאָליטיק, אָבער ער איז מיט איר נישט תּמיד מסכּים.
למשל, אָט האָט ער פֿונאַנדערגעלאָזט די אַזוי גערופֿענע פּלעסנער־קאָמיסיע צו לייזן סוף־כּל־סוף די פֿראַגע, וואָס צו טאָן מיט די ישיבֿה־בחורים: צי נעמען זיי אין דער מיליטער, אָדער נישט נעמען? און אָט באַשליסט שוין דער "ליכּוד", אין שפּיץ מיט דעם זעלבן בנימין נתניהו, ווידער זיך אומצוקערן צו דער פֿראַגע און צו שאַפֿן אַ נײַע קאָמיסיע, וואָס זאָל די דאָזיקע אָנגעווייטיקטע פֿראַגע לייזן.
צי קען זי טאַקע געלייזט ווערן, בײַ אַזאַ קעגנערשאַפֿט מצד די חרדישע פּאַרטייען, איז שוין אַן אַנדער זאַך; אָבער דער אַנדערער טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — פֿאָדערט: "אַלע בירגער מוזן טראָגן דעם עול אויף זיך!", "נישטאָ קיין אויסנאַמען!" די איבער 30 טויזנט דעמאָנסטראַנטן פֿון מיליטער־רעזערוויסטן און אינוואַלידן האָבן עס בפֿירוש געפֿאָדערט בעת דער שבתדיקער דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ.
די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע.
אויב עס איז ווינציק, פֿאָדערט דער "ליכּוד" אויך, אַז אָבליגאַטאָריש זאָלן גיין דינען אין מיליטער די ישׂראל־אַראַבער. אַ דריטער טייל אין דער געזעלשאַפֿט. ביז אַהער האָט די אַראַבישע יוגנט, וואָס געניסט פֿון אַלע מלוכה־פּריווילעגיעס, פּונקט ווי די ישיבֿה־בחורים, נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטל־שול זיך געגאַנגען לערנען אין די אוניווערסיטעטן. איז ווידער: די פּאַרטיי "ישׂראל־ביתנו" שטעלט זיך קאַטעגאָריש קעגן און סטראַשעט אויך צו פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע, אויב אַזאַ געזעץ וועט דורכגיין. די כאָפּטע אַראַבישע דעפּוטאַטן הערן זיך דערווײַל צו צו דעם ייִדישן "באַלאַגאַן", אָבער ווען ס’וועט קומען די צײַט אָנצונעמען אַ באַשלוס, וועלן זיי אויך רופֿן זייער עלעקטאָראַט אַרויסצוגיין אויף די גאַסן.
זעט אויס, אַז די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג וועט צו אַ באַשלוס נישט קומען; פּינקטלעכער גערעדט, וועט דער באַשלוס זײַן — פֿונאַנדערצולאָזן די איצטיקן כּנסתּ און גיין צו נײַע וואַלן.
* * *
אַן אַנדער זאַך, וואָס לאָזט קאָכן און זידן די וואָך די ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז דער אורטייל, אַרויסגעטראָגן קעגן דעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. ריכטיקער געזאָגט, אַ טיילווײַזער אורטייל, וואָס שייך נאָר צוויי קרימינעלע ענינים — וועגן "ראשון־טורס" און "געלט אין קאָנווערטן". אין די ראַמען פֿון די צוויי ענינים איז אָלמערט אָנערקענט געוואָרן נישט שולדיק. נישט ווײַל ער איז טאַקע אומשולדיק, נאָר ווײַל ס’איז נישטאָ גענוג אָנווײַזונגען פֿון זײַן שולד. עס "הענגען" אויף אים נאָך צוויי קרימינעלע ענינים, וואָס אויב דער הויפּט־פּראָקוראָר וועט דערווײַזן זײַן שולד, קאָן ער פֿאַרשפּאַרט ווערן אין תּפֿיסה אויף פֿינף יאָר. צוריק גערעדט, צווייפֿלען אויך די ריכטער, צי ס’וועט טאַקע קומען צו אַן אורטייל, צוליב דעם מאַנגל אין פֿאַקטן.
ווי אַזוי זשע באַקומט זיך, אַז אַן ערך צען יאָר גייט אָן אַן אויספֿאָרשונג, און לסוף ווײַזט זיך אַרויס, אַז עס פֿעלן אויס פֿאַקטן. ווי אַזוי קאָן מען דערקלערן אַזאַ קאָמפּעטענטלאָזיקייט, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ מישפּט איבער דעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער? אין אַזעלכע פֿאַלן הייבט מען טאַקע אָן צו טראַכטן: אָדער די געריכטלעכע סיסטעם אין ישׂראל איז נישט פֿולקום, אָדער די באַשולדיקונג־אינסטאַנץ נוצט אויס איר מאַכט, כּדי נאָכצופֿאָלגן און קאָנטראָלירן די מענטשן, וועלכע זי האַלט פֿאַר נייטיק צו האַלטן אונטער אַזאַ מין אויפֿזיכט.