דער רעזשיסאָר דוד אונגער |
אַזאַ פֿײַן בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור האָט נאָך קיינער ניט געמאַכט. דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטל, האָט געוווּסט זיך אָפּצוהיטן פֿון די אַלע שאַבלאָנען און דעם נאָסטאַלגישן סענטימענטאַליזם, וואָס דער עולם ריכט זיך צו זען, ווי באַלד עס רעדט זיך וועגן ייִדיש. צום ערשטן מאָל זעען מיר דאָ ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון יונגע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער, אין דער מוזיק, אין טעאַטער, פֿילם, פּאָעזיע, ווי אויך אין דער מאָלערײַ. דאָ זעט מען, אַז ייִדיש איז ניט אַלט און אויסגעדראָשן, נאָר נײַ, סאָפֿיסטיקירט, אין דער מאָדע. די גרויסשטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון וואָלקן־קראַצערס און ניו־יאָרקער גאַסן באַגלייטן אַ שטראָם פֿון מאָדערניסטישע מאָלערײַען און עקספּערימענטאַלער מוזיק. די קינסטלער אַליין ברענגען זייער מערקווערדיקע פּערספּעקטיוו און פֿרישע געדאַנקען אין אויסצוגן פֿון אינטערוויוען. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָרצושטעלן ייִדיש איז אין גאַנצן נאָוואַטאָריש; ס׳איז אַליין אַ ראַדיקאַלער אַקט און אַ גרויסער אויפֿטו צו גיין קעגן די אײַנגעשטעלטע סטערעאָטיפּן, וואָס הערן ניט אויף צו ברענגען שאָדן.
נאָכן זען "נײַע ייִדישע קולטור", וואָס דער רעזשיסאָר האָט פּערזענלעך פֿאָרגעשטעלט דעם דריטן אַפּריל בײַם "אַנטאָלאָגיע פֿילם־אַרכיוו" אויף דער אַמאָליקער איסט־סײַד, האָב איך מיט נאָך עטלעכע ייִדישיסטן — רחל קפֿריסין, שיקל פֿישמאַן, יעלענאַ שמולענסאָן און אַהרן ריקמאַן — זיך אַוועקגעזעצט אין אַ שענק ניט ווײַט, כּדי אַרומצורעדן דעם דאָזיקן פֿילם, וואָס האָט אויף אונדז געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. די דאָזיקע רעצענזיע איז אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער דיסקוסיע און ברענגט עטלעכע געדאַנקען, וואָס איך האָב געלקחנט בײַ די אַנדערע.
קודם־כּל, האָבן מיר באַוווּנדערט די מוזיק, וואָס דער רעזשיסאָר האָט געלאָזט "רעדן פֿאַר זיך אַליין". די מוזיק איז, ווי באַקאַנט, דער לעבעדיקסטער צווײַג פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור, צום טייל פּשוט דערפֿאַר, ווײַל מע דאַרף ניט קענען די שפּראַך, כּדי צו געניסן פֿון איר — אָדער אַפֿילו צו שפּילן. עטלעכע מאָל אין משך פֿונעם פֿילם באַמערקן די קלעזמאָרים אַליין, אַז ייִדיש קענען זיי ניט, נאָר די מוזיק דערמעגלעכט זיי צו "רעדן" אויף אַ מוזיקאַלישן אופֿן. איינער וויצלט זיך אַפֿילו, אַז ער האָט באַוווּסטזיניק באַשלאָסן זיך ניט צו לערנען די שפּראַך, ווײַל די ייִדישע אידיאָמאַטיק איז אַזוי רײַך און פֿאַרוויקלט, אַז מע קען זי באמת ניט פֿאַרשטיין, סײַדן מען איז מיט איר אויפֿגעוואַקסן. אַזוי אַרום איז דער פֿילם אפֿשר דער בעסטער אַרגומענט פֿאַרן באַגריף "פּאָסט־ווערנאַקולאַרע ייִדישע קולטור".
אין געוויסע אַספּעקטן פֿונעם פֿילם האָבן מיר געמיינט, אַז דאָרט זעט מען אַ ספּעציפֿיש פֿראַנצויזישע פּערספּעקטיוו. דער אינטערעס אין ראַדיקאַליזם, למשל, און אין דער מאָלערײַ האָט עפּעס אַ פֿראַנצויזישן טעם; ס׳איז דאָ נאָך אַ פֿילם וועגן ייִדיש, וואָס ווײַזט בילדער פֿון ראָטקאָ און אַנדערע באַרימטע מאָדערניסטן? אויך דער אינטערעס בכלל אין דעם "אַוואַנגאַרד", אין דער פּאָעזיע פֿון די אינזיכיסטן, אין דער מוזיק פֿון דזשאַן זאָרן. די ראָמאַנטישע אידעע, אַז ייִדיש ווערט רעפּרעזענטירט דורך נײַמאָדישע קינסטלער, וואָס זיצן אין די קאַפֿעען פֿון עפּעס אַ פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס אויף דער איסט־סײַד... דאָס בילד איז אונדז בפֿירוש געפֿעלן געוואָרן, נאָר ס׳איז אַזוי אַנדערש פֿון דעם, וואָס מיר זײַנען צוגעוווינט צו זען, אַז עס ווילט זיך פֿרעגן: אויף וויפֿל שפּיגלט דאָס בילד אָפּ דעם אמת?
ס׳איז ניט קיין וווּנדער, אַז אַ פֿילם פֿון איין שעה וועט ניט אַרײַננעמען אַלע ניואַנסן און קנייטשן; ער וועט במילא שאַפֿן אַ בילד, וואָס איז מער איינהײַטלעך און אינטעגרירט ווי דער אמת. הלוואַי וואָלט די ייִדישע קולטור־וועלט געווען אַזוי גוט אָרגאַניזירט! די אייביקע פֿראַגע פֿון ייִדיש איז: ווי שאַפֿט מען קולטור מיט זייער ווייניק רעסורסן? דער ייִדישער דלות איז דער שטענדיקער באַגלייטער פֿון דער ייִדישער קולטור — אַזוי איז געווען אין די אַלטע גוטע צײַטן און על־אַחת כּמה־וכּמה אין די הײַנטיקע. דער גרויסער שרײַבער לאַמעד שאַפּיראָ האָט אַ מאָל געעפֿנט אַ רעסטאָראַן, אָבער אים באַלד געדאַרפֿט פֿאַרמאַכן, ווײַל זײַנע קונים, ייִדישע שרײַבערס, זײַנען דאָרט געזעסן און געטרונקען, באַרעדט די וועלט, און גאָרניט באַשטעלט צו עסן.
איין ריס זעט זיך יאָ אַרויס פֿונעם פֿילם אין אויסצוג פֿון "ראָמעאָ און יוליאַ אויף ייִדיש", דער פֿילם פֿון איוו אַנענבערג, וואָס שילדערט די צעבראָכענע וועלט פֿון געוועזענע חסידישע יונגע־לײַט. מע זעט ווי זיי בעטלען אויף דער גאַס און גייען אַרום פּוסט־און־פּאַס, ווײַל אַהיימגיין צו פֿרומע טאַטע־מאַמע וויל מען ניט — אָדער טאָר מען ניט. דער פֿאַקט, אַז די דאָזיקע יונגע־לײַט ווייסן אַפֿילו ניט ווער דאָס איז אַזוינס שעקספּיר, זאָגט עדות אויף דער השפּעה פֿון חדר און ישיבֿה. נאָך אַ ריס איז דער שפּאַלט צווישן דער וועלטלעכער און דער פֿרומער ייִדישער סבֿיבֿה, וואָס אַנענבערג אַליין ווײַזט אָן אויף אים, ווען זי באַמערקט, אַז געוויסע ייִדישיסטן האָבן איר ניט געוואָלט העלפֿן מיט איר פֿילם, ווײַל די שפּראַך פֿון איר סקריפּט איז ניט געווען קאָרעקט.
אינעם גאַנצן פֿילם טרעט אויף בלויז איין איינציקער אַלטער ייִד: דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן אַלבאָם פֿון יאָר 1959 "בייגל און באָנגאָס", און וואָס שפּילט נאָך אַלץ פֿאַר אַן עולם, כאָטש ער איז שוין אַרײַן אין די הויכע 90ער. פֿילדס איז, הייסט עס, אַזאַ מין אַלטיטשקער, וואָס איז אייביק יונג און "היפּ" — ניט ווי די לעבן־געבליבענע און אַנדערע זקנים, וואָס זײַנען די געוויינטלעכע (און מסתּמא מער באַרעכטיקטע) פֿאַרטרעטער פֿון ייִדיש. פֿון איין זײַט, איז אַוודאי מער אײַנגענעם צו קוקן אויף די פֿרישע יונגע פּנימער; פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, דריקט זיך אין דעם אויס אַ געוויסער אומדרך־ארץ פֿאַרן אַלטן דור, וואָס ער האָט זיכער ניט פֿאַרדינט. די אַלגעמיינע פֿאַרגעטערונג פֿון יונגקייט אין דער מערבֿ־קולטור דאַרף מען דווקא ניט אַריבערטראָגן אויף ייִדיש, וווּ זי פּאַסט נאָך ווייניקער ווי ערגעץ אַנדערש.
אָבער דאָס איז אַלץ זײַטיקע קלייניקייטן אַנטקעגן דעם גרויסן באַטײַט פֿון דעם דאָזיקן פֿילם. דער רעזשיסאָר מאַכט ניט דעם אָנשטעל, אַז זײַן ציל איז געווען אַ דורכויס אַקוראַטער פּאָרטרעט פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל; עס שטייט דאָך בפֿירוש אינעם טיטל, אַז עס גייט אין נײַער ייִדישער קולטור. עס פֿרעגט זיך טאַקע, פֿאַר וואָס האָט געדויערט אַזוי לאַנג ביז מע האָט געמאַכט אַן אמת געראָטענעם פֿילם וועגן ייִדישער קולטור און דעם אַוואַנגאַרד? אַפֿילו בײַ אַ סך ייִדיש־ליבהאָבער איז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם לחלוטין אומבאַקאַנט, שוין אָפּגערעדט, וועגן די הײַנטיקע קינסטלער. איך האָב אויך פֿון אַ סך מוזיקער און מאָלער אינעם פֿילם פֿריִער ניט געהערט, און ס׳איז געווען אַ גרויס געווינס זיך צו באַקענען מיט זיי.
דאָס איז אַ פֿילם, וואָס יעדער איינער, וואָס מיינט, אַז ער ווייסט עפּעס וועגן ייִדיש, וואָלט געדאַרפֿט זען. דערנאָך וועט ער ייִדיש זען מיט נײַע אויגן. דער עיקר, מיט מער רעספּעקט. די הויפּט־מניעה צום פֿאַרשפּרייטן דעם פֿילם צווישן דעם אַמעריקאַנער עולם איז דער פֿאַקט, אַז דער נאַראַטאָר רעדט פֿראַנצויזיש; ווי באַקאַנט, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ניט קיין געדולד צו זען פֿרעמדע פֿילמען און צו לייענען אונטערקעפּלעך. אָבער דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, זאָגט אַליין, אַז עס וואָלט געווען גענוג גרינג צוצושטעלן אַן ענגלישע (אָדער אַפֿילו אַ ייִדישע) נאַראַציע — מע דאַרף בלויז געפֿינען אַן אַקטיאָר, וואָס זאָל פֿאַרברענגען אַ פּאָר שעה אין סטודיאָ און רעקאָרדירן דעם געהעריקן טעקסט. דאָס וואָלט געווען אַ גרויס געווינס פֿאַר יעדן איינעם.