קהילה־לעבן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער איינציקער צה״ל־רעגימענט, וווּ ייִדן, קריסטן, און מוסולמענער דינען  צוזאַמען

ווי כּמעט יעדעס יאָר, בין איך דעם ווינטער געפֿאָרן צו מײַן טאַטן אין סיינט־לויִס פּראַווען ניטל (נישט אויף קיין ייִד געדאַכט). קיין פֿרומער גוי איז ער נישט, גייען מיר נישט אין קירך און יאָשקע מישט זיך בכלל נישט אַרײַן. אָבער אַ בוים מיט דעקאָראַציעס האָבן מיר יאָ, ווי אויך אַ געשמאַקע ניטלדיקע סעודה. לאַנגע שעהען קוקן מיר פֿוטבאָל אויף טעלעוויזיע — אַזוי ווי אונדזערע חכמים הייסן, לערנט מען דעם טאָג נישט קיין תּורה. מיר טרעפֿן זיך, געוויינטלעך, מיט פֿרײַנד — צווישן זיי אויך ייִדן — טיילן זיך מיט קליינע מתּנות, און עסן נאָך אַ ריזיקן מאָלצײַט.

טעאַטער
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿײַוויש פֿינקעל (רעכטס) און טעאָדאָר ביקעל
ברוך־השם, ס׳איז אַ גרינגע אַרבעט צו רעצענזירן אַ געראָטענע טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. דעריבער קומט אַ פּערזענלעכן דאַנק דער "פֿאָלקסבינע" און די אַלע אַקטיאָרן און מיטאַרבעטער, וואָס האָבן געהאָלפֿן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אויפֿצופֿירן אַ גלענצנדיקע פֿאָרלייענונג פֿון "די קאָמעדיאַנטן" ("The Sunshine Boys" בלע״ז) פֿון ניל סײַמאָן, איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון מרים האָפֿמאַן.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

‫אַ גרופּע פֿון ״יוגנטרופֿניקעס״, זומער 2006 ‬

הײַנטיקע צײַטן קען זײַן שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ מענטש, מיט וועמען מע קען רעדן אַ ייִדיש וואָרט. ווען איך האָב ערשט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך ניט געוווּסט וווּהין צו גיין. אָבער זייער גיך האָב איך אַנטדעקט די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס שאַפֿט געלעגנהייטן צו רעדן, לייענען, שרײַבן, זינגען און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור.

קינאָ

אינעם יסוד פֿון דעם נײַעם פֿילם "דער אילוזיאָניסט", רעזשיסירט פֿון ניל בורג, ליגט די דערציילונג "אײַזענהײַם דער אילוזיאָניסט" פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער סטיווען מילהאַוזיער. עס האַנדלט זיך פֿון אַן אָרעמען בחור (אַ ייִד מיטן משפּחה־נאָמען אַבראַמאָוויץ), וואָס באַגעגנט אַ מאָל אַן אַלטן כּישוף־מאַכער און הייבט אָן זיך צו לערנען אויף אַ קונצנמאַכער. זײַן צווייטער אינטערעס הייסט סאָפֿי, זי קומט אַרויס פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע. זייערע צווישנבאַציִונגען זענען נישט צום האַרצן דער ייִכוסדיקער פֿאַמיליע, און אין קורצן ווערט דאָס פּאָרעלע צעטיילט בגוואַלד. מיר טרעפֿן אונדזער העלד נאָך אַ מאָל (געשפּילט פֿון עדואַרד נאָרטאָן) מיט יאָרן שפּעטער, אין ווין, וווּ ער טרעט אויף אונטערן נאָמען "אײַזענהײַם" אין אַן עלעגאַנטער כּישוף־פֿאָרשטעלונג. ער איז אַזוי פּאָפּולער, אַז דער קרוינפּרינץ לעאָפּאָלד אַליין (רופֿוס סול)

אויף דער ״ייִדיש־וואָך״ פֿון ״יוגנטרוף״, 2006

עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש אַזוי שטאַרק ליב, אַז זיי טראָגן זיך אַרום מיטן געדאַנק צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. בײַ די חסידים איז דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער אַ טאָג־טעגלעכע זאַך, און עס זײַנען נאָך הײַנט פֿאַראַן משפּחות פֿון "ייִדישיסטן", וווּ טאַטע־מאַמע האָדעווען אויס אַ נײַעם דור אויף מאַמע־לשון. אָבער פּראַקטיש גערעדט: ווי אַזוי געפֿינט מען אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אָדער אַ בחור, מען זאָל קענען דערציִען די קינדער?

מײַנע ליבע מענטשן, זײַט גליקלעך, וואָס איר קענט זיך הײַנט לערנען ייִדיש אין אַזאַ שיין אָרט ווי פּאַריז. הונדערטער סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט זײַן באַרימטער מעדעם־ביבליאָטעק — די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין מערבֿ־אייראָפּע. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר אין צענטער במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט מען הײַיאָר דאָרט אויך דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע פּאַריזער אינטענסיווע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַזוי האָבן אויך די באַזוכער פֿון אויסלאַנד געהאַט די געלעגנהייט צו פּראַווען ייִדישקייט אין אַ פֿראַנצויזישן נוסח.