פֿײַוויש פֿינקעל (רעכטס) און טעאָדאָר ביקעל |
Credit: Motl Didner |
טעאָדאָר ביקעל און פֿײַוויש פֿינקעל האָבן געשפּילט די צוויי פּענסיאָנירטע וואָדעוויל־שותּפֿים. נאָך 11 יאָר וואָס זיי האָבן זיך אַפֿילו נישט געזען, ווײַל זיי האָבן זיך ביידע פֿײַנט, טרעפֿן זיי זיך ווידער, כּדי אויפֿצוטרעטן אין אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם. פֿון דער ערשטער מינוט שפּילט איינער דעם אַנדערן אויף די נערוון; עס שווימען אַרויף האַלב־פֿאַרגעסענע חטאָים און באַליידיקונגען, זיי קריגן זיך בײַ די פּראָבעס, הייבן אָן שרײַען און אין דער טעלעוויזיע־סטודיע פֿאַלט איינער אַוועק מיט אַ האַרץ־אַטאַק. אָבער ווען די קאָמעדיאַנטן קריגן זיך, איז דאָס אַ מחיה, ווײַל יעדער שטאָך איז אַ וויץ — אַ בריליאַנט.
דער חשובֿער עולם, געקומען אויף אַ בענעפֿיט־פֿאָרשטעלונג אין "סימפֿאָני ספּייס" אויף דער "אָפּער וועסט סײַד" פֿון מאַנהעטן, האָט אָן אַן איבעררײַס זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער, און צום סוף, געגעבן די אַקטיאָרן אַ "שטייענדיקע" אָוואַציע. אַזאַ אײַנדרוק קען אַ פֿאָרלייענונג מאַכן בלויז דעמאָלט, ווען דער מאַטעריאַל און די שפּילער זענען אָרגאַניש צוגעפּאַסט.
"די קאָמעדיאַנטן" איז שוין געווען אַ שלאַגער, ווען מען האָט עס צום ערשטן מאָל געשטעלט אין 1972. עס האָבן עס באַקאַנט געמאַכט פֿאַרשיידענע פֿילם־ און טעלעוויזיע־נוסחאָות; בפֿרט דער פֿילם פֿון 1975 מיט וואַלטער מאַטאַו און דזשאָרדזש בוירנס — בוירנס האָט געוווּנען דערפֿאַר דעם "אָסקאַר". מרים האָפֿמאַן האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש אין יאָר 2000 פֿאַרן "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין ישׂראל, וווּ מע האָט די פֿאָרשטעלונג אויפֿגעפֿירט און דערבײַ, צום ערשטן מאָל, אָפֿיציעל אָנערקענט דעם ייִדישן טעאַטער. אַזוי ווי די פּיעסע האַנדלט וועגן צוויי ייִדישע וואָדעוויל־שפּילער, לייגט עס זיך אויפֿן שׂכל, אַז זיי זאָלן רעדן ייִדיש, און די איבערזעצונג אַליין איז אַזוי רײַך און אידיאָמאַטיש, אַז עס דאַכט זיך, אַז ייִדיש איז די אָריגינעלע שפּראַך פֿון דער פּיעסע. נישט זעלטן האָט מען בײַם לייענען דעם ענגלישן אָריגינאַל אויבן איבער דער בינע געזען, אַז האָפֿמאַן האָט פֿאַרוואַנדלט אַ פּאַרעווע ענגלישע פֿראַזע אין אַ זאַפֿטיקן ייִדישן אויסדרוק. דאָס וואָס דער עולם האָט דאָס ייִדישע וואָרט באמת פֿאַרשטאַנען און געלאַכט, איז שוין אַליין געווען אַ פֿאַרגעניגן.
כאָטש טעאָדאָר ביקעל און פֿײַוויש פֿינקעל האָבן ביידע שוין טויזנט מאָל געשפּילט טבֿיה אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", האָט יעדער דאָ אַרויסגעוויזן אַן אַנדער פּנים. ביקעל, אין דער הויפּטראָלע, אַנשל, איז געווען דער כּעסניק, דער עקשן, וואָס עס גיסט זיך אים פֿונעם מויל די איראָניע און ביטערקייט. פֿינקעל, ווידער, האָט געשפּילט דעם שטיפֿער, וועלוול, אַן אַלטער מיט אַ ייִנגליש האַרץ, וואָס ווייסט, ווי אַזוי זײַן חבֿר אַרויסצוברענגען פֿון די כּלים.
אַזוי ווי ביקעל האָט שוין געשפּילט אין "די קאָמעדיאַנטן" אויף ענגליש, צום ערשטן מאָל אין 1973, האָט די ראָלע אים געפּאַסט ווי אַ זײַדענע הענטשקע. ער האָט געוווּסט אַלע ניואַנסן — ווען צו קרעכצן, ווען צו קוועטשן, און ווען זיך צו רײַסן דעם האַלדז. די ייִדישע שורות האָט ער גערעדט ווי אַ מיזמור, אַ מין וואָרט־קאָנצערט פֿאַרן "סימפֿאָני ספּייס".
די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן אויסגענומען אין די קלענערע ראָלעס: אַלען לויִס ריקמאַן — ווי אַנשלס פּלימעניק, וואָס האָט אים ליב, אָבער לײַדט שווער פֿונעם אַלטן מאַן. ישעהו שעפֿער, דער דירעקטאָר פֿון "סימפֿאָני ספּייס", האָט רעזשיסירט די פּיעסע און פֿאָרגעלייענט די רעזשי־באַמערקונגען, מאָטל דידנער און דוד מאַנדעלבאַום האָבן געשפּילט דעם טעלעוויזיע־פּערסאָנאַל, און יעלענאַ שמולענסאָן־ריקמאַן האָט פֿאָרגעשטעלט די צוויי קראַנקן־שוועסטער, פֿריִער אַ בלאָנדע סעקס־באָמבע, שפּעטער — אַ פּראָסטע אַ מיטל־יעריקע, וואָס עסט אויף דעם פּאַציענטס שאָקאָלאַדקעס.
פֿון אייניקע באַקאַנטע מײַנע אינעם עולם האָב איך געהערט די קריטיק, אַז עס האָט אַלץ געדויערט אַ ביסל צו לאַנג. פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ אַ פֿאָרלייענונג פֿעלן צו מאָל די בליץ שנעלע רעאַקציעס און די פּינקטלעכקייטן פֿון אַן אמתער פֿאָרשטעלונג; אָבער דאָ האָט זיך עס דווקא נישט אַזוי געפֿילט. אויב דער עולם וויל זען "די קאָמעדיאַנטן" ווי עס באַדאַרף צו זײַן, זאָלן זיי פֿאָדערן, אַז די "פֿאָקלסבינע" זאָל שטעלן די פּיעסע אויף דער בינע ווי געהעריק. דערווײַל בין איך צופֿרידן און דאַנקבאַר געווען פֿאַר דער געלעגנהייט צו הערן די פֿאָרלייענונג.