- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער זומער איז געקומען צום סוף, און צוזאַמען מיט אים האָבן זיך פֿאַרענדיקט די וואַקאַציעס. אָבער די מענטשן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, וועלן באַגלייט ווערן דאָס גאַנצע יאָר מיט די האַרציקע, ברידערלעכע געפֿילן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעטראָגן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל זומער איז די בעסטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־ברודערשאַפֿט.
דער האָן האָט געסטראַשעט
*
דעם גאַנצן הויף,
מײַנע ליבע מענטשן, זײַט גליקלעך, וואָס איר קענט זיך הײַנט לערנען ייִדיש אין אַזאַ שיין אָרט ווי פּאַריז. הונדערטער סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט זײַן באַרימטער מעדעם־ביבליאָטעק — די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין מערבֿ־אייראָפּע. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר אין צענטער במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט מען הײַיאָר דאָרט אויך דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע פּאַריזער אינטענסיווע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַזוי האָבן אויך די באַזוכער פֿון אויסלאַנד געהאַט די געלעגנהייט צו פּראַווען ייִדישקייט אין אַ פֿראַנצויזישן נוסח. דעם האַרבסט וועט אַרויסגיין דער דריטער טייל פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (זען — www.wisc.edu/ wisconsinpress/books/3801.htm ). דאָס איז אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין יאָר 1985. די ענגלישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די שרײַבערין צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדי מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור. אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, איז די טרילאָגיע אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1972. אין יסוד פֿונעם בוך ליגן דער שרײַבערינס אייגענע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ. אויסער דעם קרײַז פֿון ייִדישע לייענער, ווייסט איצט נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל מענטשן דעם נאָמען פֿון אַבֿרהם רייזען. אויף ענגליש איז אין 1992 אַרויס אַ זאַמלבוך פֿון רייזענס קורצע דערציילונגען (Short Stories). אָבער דאָס איז בלויז איינע פֿון די אויסגאַבעס, וואָס האָט, צום באַדויערן, געפֿונען אַן אָרט נאָר אויף עטלעכע הונדערט ביכער־פּאָליצעס. אַ מאָל, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז רייזען געווען אַ באַרימטער פּראָזאַיִקער און דיכטער. די ייִדישע צײַטונגען זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט צו דרוקן זײַנע ווערק, וואָס פֿלעגן אויסנעמען בײַם לייענער [1] . צווישן די ליבהאָבער פֿון ייִדיש איז ער געווען באַקאַנט ווי אַן איבערגעגעבענער קולטור־טרעגער. נאָך אין 1904 און 1905, ווען רייזען האָט רעדאַגירט אין קראָקע דעם וואָכנבלאַט "דאָס ייִדישע וואָרט", האָט ער דאָרט פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און אַ קולטור־שפּראַך פֿאַר דער אינטעליגענץ. |