- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה. אין אַ קליין שטעטל קאַפּרעשט איז אַ מאָל געווען אַ שנײַדערל, וואָס האָט זייער שיין געזונגען און געחלומט צו ווערן אַ חזן. איין מאָל רופֿט זיך צו אים אָן דער באַלעבאָס: “אַז דו וועסט מיר קענען פֿאַרנאַרן די חיות פֿונעם וואַלד מיט דײַן שיין זינגען, וועל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ חזן". אַ מאָל איז עס געווען, ווען די מלאכים זײַנען געווען אין הימל, און אויף דער ערד האָבן געלעבט גוטע מענטשן. איז געווען אַזאַ פֿײַנער ייִד, אַ לערנער אין דאָרף. האָט ער געהאַט דרײַ זין, געטרײַע קינדער. און ווען ס’איז געקומען זײַן צײַט צו שטאַרבן, האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע דרײַ זין און האָט צו זיי געזאָגט אַזוי: "מײַנע ליבע קינדער, איך גיי שטאַרבן. לאָז איך אײַך אַ צוואה און זאָג אײַך אָן, אַז איך וועל שטאַרבן, זאָלט איר מיך מקבר זײַן לעבן יענעם יעלניק, וווּ דער געלער זאַמד אין וועלדל, און איר זאָלט קומען צו מיר נעכטיקן אויף מײַן קבֿר דרײַ נעכט נאָכאַנאַנד, איינציקווײַז. זאָל פֿריִער קומען דער עלטערער זון, דערנאָך דער מיטעלער און צום סוף זאָל קומען דער ייִנגסטער. קומט און האָט פֿאַר גאָרניט מורא — וועט אײַך זײַן גוט!" איך וויל אײַך דערציילן נאָך איין מעשׂה, אפֿשר ניט אַזאַ שיינע, ווי די פֿריִערדיקע, נאָר מיט אַ שׂכל. אין די אַלטע ווײַטע צײַטן האָט געלעבט איינער אַן אָרעמער ייִד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען דרייען שטריק. מ׳האָט אים טאַקע אַזוי גערופֿן — מאָטל דער שטריק־דרייער. צווישן אַלע שטריק־דרייערס אינעם שטעטל איז מאָטל געווען דער אָרעמסטער שטריק־דרייער. אַזוי אָרעם איז מאָטל געווען, אַז ער האָט אַפֿילו ניט געהאַט מיט וואָס צו קויפֿן קלאָטשע צו דרייען זײַנע שטריק. פֿלעגט ער אַרומגיין איבערן שטעלט און צונויפֿקלײַבן שטיקלעך אַלטע קלאָטשעס, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן פֿון צעריסענע שטריק און זעק. אַמאָל, אַמאָל איז געווען אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אויף זײַן נחלה דרײַ ייִדן רענדאַרן: איינער האָט געהאַלטן דעם וואַלד, דער צווייטער — די מיל און דער דריטער — די קרעטשמע. טעקסט און מוזיק פֿון אַליס טעגנער (אויף ייִדיש: לינדאַ גאָרדאָן) אין שוועדן איז “די וועווערקע" (Ekorren) זייער אַ באַקאַנט ליד פֿאַר קינדער. אַ פֿרוי פֿון שוועדן, אַליס טעגנער, האָט עס אָנגעשריבן און עס איז אַרויסגעקומען דאָס ערשטע מאָל אין יאָר 1892. שפּעטער האָט מען עס ווידער געדרוקט עטלעכע מאָל און מע האָט עס אָפֿט געזונגען אין די שוועדישע שולן. איך מיין, אַז כּמעט אַלע שוועדן האָבן זיך אויסגעלערנט אָט דאָס ליד אין זייער קינדהייט. איך האָב געפּרוּווט עס איבערזעצן אויף ייִדיש. דערהערט זי: אַ ייִנגל, אַ מיידל — אויף דער סאָסנע־צווײַג טוט זי אַ שפּרונג, אַ מאָל האָט געלעבט אין בעלץ אַ רײַכער באַלעבאָס. האָט ער געהאַט צוועלף זין, עלף קלוגע און איינער — אַ נאַר. דער באַלעבאָס האָט אויך געהאַט אַ שקאַפּע מיט צוועלף פֿערדעלעך — עלף שיינע און איין פֿערדעלע אַ פֿאַרזעעניש. ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב, אַ פֿרומע ייִדיש־לערערין, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע קינדער־לידער. זי האָט די לידער אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק פֿאַר אירע אייגענע קינדער, מיט וועלכע זי האָט גערעדט ייִדיש. הײַנט זײַנען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער. ייִדיש ס’איז שיין ווען די מאַמע רעדט ייִדיש. אין דער הײַנטיקער חסידישער וועלט קאָן מען זיך אָפֿט אָנטרעפֿן אויף זאַכן, וואָס קערן אונדז אום אין די אַלטע מיטל־עלטערלעכע צײַט, וווּ די פֿרוי, למשל, האָט געמוזט וויסן "איר אָרט" און זיך האַלטן נאָר בײַ "אירע ווײַבערישע מידות"; זיך ניט שטופּן אין די "מענערישע ענינים", ווי עס קומט אַרויס פֿון דעם מעשׂהלע "די צען ווײַבער". אַ מאָל האָבן זיך די ווײַבער פֿונעם שטעטל מאַרקולעשט, וואָס איז ניט ווײַט פֿון בעלץ, צונויפֿגענומען אויף אַן אַסיפֿה. וואָס איז? זיי ווילן אויך האָבן אַ מנין און דאַווענען בציבור, אַזוי ווי די מענער. ס’איז אַמאָל געווען אַ גוטער ייִד, האָט ער ניט געהאַט קיין קינדער. איין מאָל האָט זײַן ווײַב זיך זייער צעוויינט און זיך געקלאָגט פֿאַר אים: — פֿאַר וואָס זאָלן מיר ניט האָבן קיין קינד, וואָלט כאָטש געווען ווער ס’זאָל זאָגן קדיש נאָך אונדז? ענטפֿערט איר דער גוטער ייִד: — ס’איז אויסגערופֿן געוואָרן אין הימל, אַז מיר טאָרן ניט האָבן קיין קינדער! אַמאָל זײַנען געווען צוויי ברידער: איינער אָן אָרעמער און דער אַנדערער אַ רײַכער. האָט דער אָרעמער ברודער געדרייט זיך לעבן דעם רײַכן ברודער און אָפּגעלעקט בײַ אים אַ ביינדל, אַז ס’איז נאָך געבליבן פֿאַר זײַן ווײַב און קינדער. געגאַנגען, וווּ מ’האָט אים געשיקט און געטאָן, וואָס מ’האָט אים געהייסן. איין מאָל איז ער געשטאַנען בײַם טויער און אָפּגעהיט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל צו זײַן ברודער ניט אַרײַנגיין. זעט ער, ווי עס קומט צו אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גאָלדן קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ און טראָגט אויף דער פּלייצע אַ זעקעלע. שטעלט אים דער אָרעמער ברודער אָפּ און פֿרעגט: |