דעם שטענדיקן לייענער פֿון "ווײַטער" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטשן, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר 2012 וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן.
אַ חוץ די צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען, האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוער האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.

‫ייִדישע מאָזאַיִק


עס קען זיך זייער גרינג שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדיש האָט ניט קיין לײַטישן עקוויוואַלענט פֿאַרן ענגלישן וואָרט forward. מיט וואָס האָט זיך פֿאַרזינדיקט דאָס וואָרט "פֿאָרויס"? אַ וואָרט, דאַכט זיך, ווי אַלע ייִדישע ווערטער. אָבער אין יאָר 1897, ווען מע האָט געשאַפֿן די צײַטונג "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַר איר נאָמען אויסגעקליבן דווקא דאָס וואָרט, וואָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, גענומען דירעקט פֿון דײַטש. אָבער די ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז זיי האָבן געהאַט אַ יניקה פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע און פֿון זייער צײַטונג מיט דעם זעלבן נאָמען, "פֿאָרווערטס". און אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אַ סבֿרא, אַז דאָס וואָרט "פֿאָרויס" האָט ניט געקלונגען שיין גענוג אויך אין די אויערן פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק פֿאַרלייגט דעם ייִדישן אינסטיטוציאָנעלן יסוד אין מעלבורן, אויסטראַליע. זיי איז מער געווען צום האַרצן דאָס העברעיִשע וואָרט "קדימה", וואָס מיינט טאַקע "פֿאָרויס" און ווערט ביזן הײַנטיקן טאָג ברייט גענוצט אין פּאָליטישן וואַקאַבולאַר. קיין חידוש ניט, אַז דאָס וואָרט איז אויסגעקליבן געוואָרן בײַם שאַפֿן אַן אומפּאַרטיייִשע ייִדישע ביבליאָטעק אין מעלבורן. מע דערציילט די מעשׂה אַן ערך אַזוי:

פֿאָרװערטס־ייִחוס


אונטער אַזאַ פּסעוודאָנים האָט געשריבן יוסף טונקעל (1881—1949), אַ הומאָריסט, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט פֿון ביידע זײַטן פֿונעם אַנטלאַנטישן אָקעאַן. טונקעל איז געבוירן געוואָרן אין דער ווײַסרוסישער שטאָט באָברוּיסק, וועלכע ער האָט פֿאַרלאָזט צו 16 יאָר. אים האָט געצויגן צו קונסט, מאָלערײַ, און ער האָט געפּרוּווט צו רעאַליזירן זײַנע פּלענער אין ווילנע און שפּעטער אין אָדעס. אָבער צוליב זײַן קורצער ראיה האָט ער געמוזט זוכן אַנדערע דרכים.
אין יאָר 1901 האָבן זיך אין דער קראָקער צײַטונג "דער יוד" באַוויזן זײַנע לידער און דערציילונגען, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער פֿאַרבונדן געוואָרן מיט ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. זינט 1906 האָט טונקעל געוווינט אין אַמעריקע, וווּ ער האָט אין 1908 געשאַפֿן דעם הומאָריסטישן וועכנטלעכן זשורנאַל "דער קיבעצער". אין אַ יאָר אַרום האָט זיך באַוויזן אַן אַנדער זשורנאַל, "דער קונדס", אויך געגרינדעט דורך אים. דאָס ערשטע בוך, וואָס טונקעל האָט אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים "דער טונקעלער", האָט זיך באַוויזן אין 1910. בסך-הכּל זײַנען אַרויס אַריבער דרײַסיק ביכער זײַנע.
אין די יאָרן 1910—1941 האָט "דער טונקעלער" געוווינט אין אייראָפּע, דער עיקר, אין וואַרשע, געאַרבעט דאָרטן אין דער ייִדישער פּרעסע, בפֿרט אין דער צײַטונג "מאָמענט". בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ער פֿאַרלאָזט וואַרשע, געוווינט אין זײַן היימשטאָט, באָברוּיסק, און שפּעטער אין קיִעוו. דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט קיין וואַרשע.

פֿאָרװערטס־ייִחוס


קעגן אַלע קרענק און אומגליקן אויף דער וועלט ווערן געזוכט מיטלען און עצות. דאָקטוירים שרײַבן אַרטיקלען, דערפֿינדער מאַכן דערפֿינדונגען, חכמים גיבן עצות — אַלץ ווי אַזוי פּטור צו ווערן, צו באַקעמפֿן די און די קרענק, די און די אָנשיקעניש, אויסצוהיטן זיך פֿון דער און דער צרה.
עס ווערן געשריבן בראָשורן, מעטאָדן, האַנטביכער, ווי אַזוי זיך אויסצוהיטן פֿון שׂרפֿות, פֿון קאַטערס, פֿון מאָסקיטן, פֿון וואַנצן, פֿון היישעריקן, עפּידעמיעס, זונשלאַגן, בייזע הינט, מײַז, פֿאַרפֿלייצונגען, ים-קראַנקהייט, ציינווייטיק, געסט, הינעראויגן און אַנדערע אָנשיקענישן, וואָס זײַנען אָנגעשיקט געוואָרן אויף דעם זינדיקן מענטשן צו פּײַניקן אים אויף דער וועלט.
אָבער קיינער, קיינער האָט ניט געפּרוּווט עפּעס אַ טראַכט טאָן וועגן אַ מיטל קעגן איינער פֿון די גרעסטע אָנשיקענישן — די נודניקעס.
און וואָלט באמת עמעצער געפֿונען עפּעס אַ מיטל קעגן נודניקעס, וואָלט יענער אפֿשר געהאַט דעם גרעסטן פֿאַרדינסט פֿאַר דער מענטשהייט, נאָך אפֿשר מער, איידער די דערפֿינדער פֿון כלאָראָפֿאָרם, ראַדיאָ, שטויב-זויגער, רענטגען און דאָס גלײַכן.
משמעות, אַז די צרה פֿון נודניקעס איז אַן אומפֿאַרמײַדלעכע צרה, איינע פֿון יענע נאַטור-מכּות, וואָס די מענטשהייט לײַדט און לײַדט און האָט ניט דערצו קיין שום תּרופֿה.
שווער, זייער שווער איז דער קאַמף קעגן די נודניקעס.
ערשטנס, ווי אַזוי דערקענט מען זיי? וווּ זײַנען די סימנים זייערע, אַז מע זאָל זיי דערקענען?

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


אַ מאָל האָט געלעבט אין בעלץ אַ רײַכער באַלעבאָס. האָט ער געהאַט צוועלף זין, עלף קלוגע און איינער — אַ נאַר. דער באַלעבאָס האָט אויך געהאַט אַ שקאַפּע מיט צוועלף פֿערדעלעך — עלף שיינע און איין פֿערדעלע אַ פֿאַרזעעניש.
נו, ס’איז געקומען די צײַט האָט דער טאַטע אויסגעשטעלט די פֿערדעלעך פֿאַר די זין, ווי אויף אַ פּאַראַד און געזאָגט: "זאָל יעדער זיך אויסקלײַבן זײַן פֿערדעלע!" האָבן די עלף קלוגע זין יעדער גענומען פֿאַר זיך אַ שיין פֿערדל, און דאָס מיאוסע איז געבליבן פֿאַרן נאַר.
שטייט דער נאַר און וויינט, רופֿט זיך אָן דאָס פֿערדעלע צו אים: "אַז דו וועסט ניט וויינען און מיך פֿאָלגן, וועל איך דיר זאָגן, ווי אַזוי איך קען ווערן שיין, און דו — קלוג!". זאָגט דער נאַר: "גוט, כ’וועל דיך פֿאָלגן!" — "אויב אַזוי, נעם און וואַש מיך אויס און קעם מיך אויס, וועל איך ווערן שענער פֿון אַלעמען". האָט דער נאַר אַזוי געטאָן, ווי דאָס פֿערדעלע האָט אים געהייסן, איז עס געוואָרן שיין, ווי די שענסטע קראַסאַוויצע אין שטעטל.
"איצטער, — זאָגט דאָס פֿערדעלע, — שפּאַן מיך אײַן וועלן מיר פֿאָרן זיך אַ ביסל דורכשפּאַצירן". האָט ער עס אײַנגעשפּאַנט און זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן. וויפֿל זיי זײַנען אַזוי געפֿאָרן איז איצט ניט קלאָר, אָבער ניט ווײַט פֿון אַ וואַלד האָבן זיי אויפֿן וועג דערזען ווי עפּעס בלישטשעט. זאָגט דער נאַר צום פֿערדעלע: "שטעל זיך אָפּ, וועל איך אַראָפּקריכן זען, וואָס איז עס אַזוינס". האָט זיך דאָס פֿערדעלע אָפּגעשטעלט, דער נאַר איז אַראָפּגעקראָכן און דערזען, אַז דאָס איז אַ גאָלדענע פֿעדער פֿון עפּעס אַ גאָלדענעם פֿויגל. אַוודאי, האָט עס דער נאַר געוואָלט באַלד אויפֿהייבן. הערט ער ווי דאָס פֿערדעלע זאָגט צו אים: "הייב ניט אויף די פֿעדער, איך הייס ניט! אויב דו הייבט זי אויף, וועסטו האָבן צרות!" זאָגט דער נאַר: "נאָר אַ פֿולער נאַר קאָן פֿאָלגן אַזאַ עצה!" — און ער האָט אויפֿגעהויבן די גאָלדענע פֿעדער.


יאָשיִי היראָסע, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם "נאָטר דאַם סיישין"-אוניווערסיטעט אין אָקאַיאַמאַ (יאַפּאַן), איז גאַנץ גוט באַקאַנט אין די קרײַזן פֿון ליבהאָבער פֿון ייִדיש. שוין לאַנגע יאָרן באַשעפֿטיקט ער זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. זײַנע איבערזעצונגען האָבן באַקענט דעם יאַפּאַנישן לייענער מיט יצחק באַשעוויס-זינגערס ווערק. אין יוני-אויגוסט 2008 האָט ער זיך באַטייליקט אין דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין ניו-יאָרק און אויך אַרויסגעטראָטן מיט אַ צאָל לעקציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע. זײַנע רײַזע-נאָטיצן קען מען לייענען אין דעם זשורנאַל "צוקונפֿט", זען
http://www.tsukunft.org/ioshi.html.
:
די זעלבע נאָטיצן קען מען איצט לייענען — אויף ייִדיש — אויך אין דעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר יאָשיִי היראָסע, וואָס איז אַרויס אין דער יאַפּאַנישער שטאָט אָסאַקאַ:

Yiddish Tradition and Innovation in Modern Jewish American Writers.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב, אַ פֿרומע ייִדיש־לערערין, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע קינדער־לידער. זי האָט די לידער אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק פֿאַר אירע אייגענע קינדער, מיט וועלכע זי האָט גערעדט ייִדיש. הײַנט זײַנען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
אָבער ערשט איצט איז געקומען די צײַט, אַז חנה־פֿייגלס לידער זאָלן אַרויספֿליִען פֿון איר שטוב צו דער גאָרער וועלט. חוץ דעם קאָמפּאַקטל, ווערן די לידער באַגלייט מיט נאָטן, ווי אויך טראַנסקריבירט און איבערגעזעצט אויף ענגליש.
מיר לייגן אײַך פֿאָר צוויי מוסטערן פֿון חנה־פֿייגל טערטלטויבס בוך "ייִדיש־לידער פֿאַר קינדער"; בײַגעלייגט זײַנען קורצע מוזיקאַלישע אויסצוגן פֿון דעם קאָמפּאַקטל.




ייִדיש

ס’איז שיין ווען די מאַמע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען דער טאַטע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די מומע רעדט ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים.


ס’איז שיין ווען דער זיידע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די באָבע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די שוועסטער רעדט ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים
.