- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם שטענדיקן לייענער פֿון "ווײַטער" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטשן, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר 2012 וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. העכער פֿינף מיליאָן ייִדן און די גרעסטע צאָל ייִדישע שרײַבערס; און צווישן זיי אַ היפּשע צאָל מיט גרויסן טאַלאַנט. אָבער עפּעס שפּירן מיר, אַז ס׳איז ניט מיט אַלעמען. ווײַל אַ ליטעראַטור מיינט ניט נאָר שרײַבערס און אַפֿילו ניט נאָר אָפּגעדרוקטע ביכער. ליטעראַטור מיינט כּסדרדיקער קאָנטאַקט צווישן שרײַבער און עולם, אַ כּסדרדיקע ווירקונג פֿון איינעם אויפֿן אַנדערן. און דאָ איז דער שוואַכסטער פּונקט פֿון דער ייִדישער אַמעריקע. די ייִדישע ליטעראַטור, ניטאָ וואָס צו באַהאַלטן, הענגט דאָ אין דער לופֿטן. ער האָט געבענקט נאָך ווילנע — די שטאָט האָט זיך בײַ אים אַסאָציִיִרט מיטן בעסטן, וואָס די ייִדישע קולטור האָט געהאַט געשאַפֿן. און ער האָט געחלומט וועגן "ווילנעיִזירן" דאָס ייִדישע לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; געגלייבט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זיך געוואַלדיק גענייטיקט אין זײַן ייִוואָ, וואָס ער האָט געזען ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דער ווילנער קולטור-טראַדיציע. דאָס איז, צום באַדויערן, געווען ניט מער ווי אַ חלום, מחמת דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום האָט ווייניק באַמערקט די דאָזיקע טראַדיציע און איר אינסטיטוציאָנעלע פֿאַרקערפּערונג. |