דעם שטענדיקן לייענער פֿון "ווײַטער" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטשן, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר 2012 וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן.
אַ חוץ די צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען, האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוער האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.
דעם 4טן דעצעמבער, האָט דער ייִוואָ דורכגעפֿירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין מאַקס ווײַנרײַכס לעבן. די פֿאָרשער האָבן אין זײַערע רעפֿעראַטן באַרירט פֿאַרשיידענע טעמעס: ווײַנרײַכס באַמיִונגען זיך צוצופּאַסן צום לעבן אין אַמעריקע, זײַן פֿילזײַטיקע פּעדאַגאָגישע טעטיקייט, זײַן אַרבעט איבער דער געשיכטע פֿון ייִדיש, זײַן חורבן-פֿאָרשונג, און זײַן אָנפֿירונג מיט דער טעטיקייט פֿון ייִוואָ. אין דער אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט זיך באַטייליקט גבֿריאל ווײַנרײַך, מאַקס ווײַנרײַכס ייִנגערער זון, וואָס איז אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק אין מישיגאַן-אוניווערסיטעט. מיט אַ פֿולער פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ קען מען זיך באַקענען אויפֿן וועבזײַטל http://www.yivoinstitute.org/index.php?tid=181&aid=873.
ס‘איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט געוואָרן, אַז ייִדיש האָט ניט קיין פּנים, אָדער פּינקטלעכער — עס האָט ניט קיין פּנימער. מיט אַנדערע ווערטער: מיר האָבן כּמעט ניט קיין ביאָגראַפֿיעס. וווּ קען מען איבערלייענען אַ בוך וועגן, אַ שטייגער, שלום-עליכמען צי מאַקס ווײַנרײַכן? אין אייניקע פֿאַלן זײַנען ביאָגראַפֿישע ביכער יאָ פֿאַראַן אויף ייִדיש, אָבער זיי זײַנען אָדער פֿאַרעלטערט געוואָרן אָדער זײַנען איבערגעזעטיקט מיט אידעאָלאָגיע. ווײַנרײַך, אָבער, האָט ניט אַפֿילו אַזעלכע ביאָגראַפֿיעס. בלײַבט ער ממילא אַ רעטעניש, צי סתּם אַ נאָמען אויף דער הילע פֿון זײַן מאָנומענטאַלער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
אָבער ס׳איז קלאָר אַפֿילו אָן פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיעס, אַז מאַקס ווײַנרײַך איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטער מענטש; אַ מענטש מיט אַ שליחות, וואָס ער האָט פֿאַר זיך אַליין באַשטימט. און אַ שליחות איז עס געווען מיט אַ פֿאַרנעם. עס האָט זיך ניט באַגרענעצט נאָר מיט לינגוויסטיק צי אַנדערע מינים וויסנשאַפֿט. מיר ווייסן, און בעת דער קאָנפֿערענץ האָט מען וועגן דעם גערעדט, אַז ער האָט אַ סך ברייטער געזען די ראָלע פֿון דער אַקאַדעמישער אַרבעט. פֿאַר אים איז עס געווען אויך אַ — און, אין אַ געוויסן זין, דער — מיטל צו מאָדערניזירן און, בכלל, טראַנספֿאָרמירן דאָס ייִדישע פֿאָלק. ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע טוער פֿון אַזאַ קאַליבער, האָט ווײַנרײַך געטראָגן אין זײַן גענעטישן קאָד עפּעס פֿון רבי עקיבֿא. ער האָט געגלייבט, אַז זײַן קרײַז פֿון ייִוואָ-אַקטיוויסטן היט אָפּ דעם קערן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור. און ווײַטער בלײַבט די פֿראַגע פֿון קולטיווירן ריכטיק דעם באָדן, אים ברענגען צו אַזאַ מצבֿ, אַז ער זאָל זיך קענען ווידער צעוואַקסן, לטובֿת דער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע.
אין אַ צאָל רעפֿעראַטן האָט קלאָר געקלונגען, אַז ווײַנרײַך האָט זיך געפֿילט אין אַמעריקע ניט אין גאַנצן אין דער היים. אָט ווי ער האָט, למשל, אָפּגעשאַצט אַמעריקע אין זײַן אַרטיקל "וווּ איז הײַנט דער צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור?" ("פֿאָרווערטס", דעם 20סטן יאַנואַר 1947):
העכער פֿינף מיליאָן ייִדן און די גרעסטע צאָל ייִדישע שרײַבערס; און צווישן זיי אַ היפּשע צאָל מיט גרויסן טאַלאַנט. אָבער עפּעס שפּירן מיר, אַז ס׳איז ניט מיט אַלעמען. ווײַל אַ ליטעראַטור מיינט ניט נאָר שרײַבערס און אַפֿילו ניט נאָר אָפּגעדרוקטע ביכער. ליטעראַטור מיינט כּסדרדיקער קאָנטאַקט צווישן שרײַבער און עולם, אַ כּסדרדיקע ווירקונג פֿון איינעם אויפֿן אַנדערן. און דאָ איז דער שוואַכסטער פּונקט פֿון דער ייִדישער אַמעריקע. די ייִדישע ליטעראַטור, ניטאָ וואָס צו באַהאַלטן, הענגט דאָ אין דער לופֿטן.
ער האָט געבענקט נאָך ווילנע — די שטאָט האָט זיך בײַ אים אַסאָציִיִרט מיטן בעסטן, וואָס די ייִדישע קולטור האָט געהאַט געשאַפֿן. און ער האָט געחלומט וועגן "ווילנעיִזירן" דאָס ייִדישע לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; געגלייבט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זיך געוואַלדיק גענייטיקט אין זײַן ייִוואָ, וואָס ער האָט געזען ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דער ווילנער קולטור-טראַדיציע. דאָס איז, צום באַדויערן, געווען ניט מער ווי אַ חלום, מחמת דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום האָט ווייניק באַמערקט די דאָזיקע טראַדיציע און איר אינסטיטוציאָנעלע פֿאַרקערפּערונג.
אויף מיר האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק די באַמערקונג פֿון ווײַנרײַכס אַ קרובֿ — דאַכט זיך, אַ פּלימעניצע — וואָס איז געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ: "די איינציקע צײַט, ווען איך האָב אים געזען אַ רויִקן, ניט אָנגעשטרענגטן, איז געווען, ווען ער איז געזעסן מיט זײַנע ברידער און זייערע משפּחות און גערעדט מיט זיי אויף דעם היימישן קורלענדישן דײַטש."