פֿאָרװערטס־ייִחוס


אונטער אַזאַ פּסעוודאָנים האָט געשריבן יוסף טונקעל (1881—1949), אַ הומאָריסט, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט פֿון ביידע זײַטן פֿונעם אַנטלאַנטישן אָקעאַן. טונקעל איז געבוירן געוואָרן אין דער ווײַסרוסישער שטאָט באָברוּיסק, וועלכע ער האָט פֿאַרלאָזט צו 16 יאָר. אים האָט געצויגן צו קונסט, מאָלערײַ, און ער האָט געפּרוּווט צו רעאַליזירן זײַנע פּלענער אין ווילנע און שפּעטער אין אָדעס. אָבער צוליב זײַן קורצער ראיה האָט ער געמוזט זוכן אַנדערע דרכים.
אין יאָר 1901 האָבן זיך אין דער קראָקער צײַטונג "דער יוד" באַוויזן זײַנע לידער און דערציילונגען, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער פֿאַרבונדן געוואָרן מיט ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. זינט 1906 האָט טונקעל געוווינט אין אַמעריקע, וווּ ער האָט אין 1908 געשאַפֿן דעם הומאָריסטישן וועכנטלעכן זשורנאַל "דער קיבעצער". אין אַ יאָר אַרום האָט זיך באַוויזן אַן אַנדער זשורנאַל, "דער קונדס", אויך געגרינדעט דורך אים. דאָס ערשטע בוך, וואָס טונקעל האָט אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים "דער טונקעלער", האָט זיך באַוויזן אין 1910. בסך-הכּל זײַנען אַרויס אַריבער דרײַסיק ביכער זײַנע.
אין די יאָרן 1910—1941 האָט "דער טונקעלער" געוווינט אין אייראָפּע, דער עיקר, אין וואַרשע, געאַרבעט דאָרטן אין דער ייִדישער פּרעסע, בפֿרט אין דער צײַטונג "מאָמענט". בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ער פֿאַרלאָזט וואַרשע, געוווינט אין זײַן היימשטאָט, באָברוּיסק, און שפּעטער אין קיִעוו. דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט קיין וואַרשע.
ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט-מלחמה, איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין בעלגיע, און שוין פֿון דאָרטן זיך דערקליבן קיין אַמעריקע, וווּ ער איז געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין "פֿאָרווערטס". די הומאָרעסקעס פֿון "דעם טונקעלן" זײַנען געווען זייער פּאָפּולער בײַ די לייענער. דאָ ברענגען מיר אַ געקירצטן נוסח פֿון איינער פֿון זײַנע הומאָריסטישע דערציילונגען.