עס קען זיך זייער גרינג שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדיש האָט ניט קיין לײַטישן עקוויוואַלענט פֿאַרן ענגלישן וואָרט forward. מיט וואָס האָט זיך פֿאַרזינדיקט דאָס וואָרט "פֿאָרויס"? אַ וואָרט, דאַכט זיך, ווי אַלע ייִדישע ווערטער. אָבער אין יאָר 1897, ווען מע האָט געשאַפֿן די צײַטונג "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַר איר נאָמען אויסגעקליבן דווקא דאָס וואָרט, וואָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, גענומען דירעקט פֿון דײַטש. אָבער די ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז זיי האָבן געהאַט אַ יניקה פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע און פֿון זייער צײַטונג מיט דעם זעלבן נאָמען, "פֿאָרווערטס". און אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אַ סבֿרא, אַז דאָס וואָרט "פֿאָרויס" האָט ניט געקלונגען שיין גענוג אויך אין די אויערן פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק פֿאַרלייגט דעם ייִדישן אינסטיטוציאָנעלן יסוד אין מעלבורן, אויסטראַליע. זיי איז מער געווען צום האַרצן דאָס העברעיִשע וואָרט "קדימה", וואָס מיינט טאַקע "פֿאָרויס" און ווערט ביזן הײַנטיקן טאָג ברייט גענוצט אין פּאָליטישן וואַקאַבולאַר. קיין חידוש ניט, אַז דאָס וואָרט איז אויסגעקליבן געוואָרן בײַם שאַפֿן אַן אומפּאַרטיייִשע ייִדישע ביבליאָטעק אין מעלבורן. מע דערציילט די מעשׂה אַן ערך אַזוי:
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין מעלבורן געוווינט ניט מער פֿון אַ פּאָר טויזנט מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. די נויט און רעפּרעסיעס האָבן זיי געטריבן איבער דער גאָרער וועלט. צווישן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מעלבורן, זײַנען געווען אויך אַקטיווע יונגע לײַט. זיי האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט אַן אידעע — צו שאַפֿן אַ ביבליאָטעק. אַזעלכע ביבליאָטעקן, אָפֿט מאָל אומלעגאַלע, זײַנען צו יענער צײַט געווען אין אַ סך שטעטלעך פֿון דעם תּחום-המושבֿ. אין אויסטראַליע האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט געדאַרפֿט זיך באַהאַלטן פֿון דער פּאָליציי. אָבער געלט פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג האָט מען פֿון דעסטוועגן געדאַרפֿט ערגעץ קריגן.
זײַנען דרײַ אַקטיוויסטן געקומען צו אַ היגן פֿאַרמעגלעכן ייִד, וואָס האָט געהייסן יהושע ראַכלין. יענער האָט זייער פֿאָרלייג תּחילת ניט אויפֿגענומען ווי אַן ערנסטע זאַך. אָבער ראַכלין האָט פֿאָרגעלייגט אַזאַ פּלאַן: טאָמער די אַקטיוויסטן גיט זיך אײַן צו געפֿינען, לכל-הפּחות, 15 בעלנים צו ווערן באַצאָלטע מיטגלידער פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט, וועט ער אַרײַנלייגן אין דער געזעלשאַפֿט אַ שיין ביסל געלט. עס האָט געדויערט ניט לאַנג ביז דעם טאָג, ווען דער נייטיקער עולם האָט זיך צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט זיך דעם 26סטן דעצעמבער 1911 געשאַפֿן די "קדימה"-ביבליאָטעק. דעם נאָמען האָט פֿאָרגעלייגט דער בעל-צדקה — ראַכלין. עפּעס האָט אים, אַ פּנים, געצויגן צו פּראָגרעס.
עס זעט אויס, אַז קיין שטאַרקע אינסטיטוציע איז די ביבליאָטעק בײַם אָנהייב ניט געווען. די ייִדיש-רעדנדיקע באַפֿעלקערונג איז געווען גאַנץ קליין, אידעאָלאָגיש און סאָציאַל איז זי געווען צעריסן אויף עטלעכע גרופּירונגען. די ערשטע וועלט-מלחמה האָט כּמעט אָפּגעשטעלט די אימיגראַציע. אַזוי אַז די ביבליאָטעק האָט קוים געזשיפּעט. אַקטיוויטעטן פֿלעגט מען דורכפֿירן זונטיק, ווען דער לייען-זאַל איז געווען אָפֿן. אַ וויכטיקע ראָלע אין דער טעטיקייט האָט געשפּילט די דראַמאַטישע טרופּע, וואָס האָט אויך געטראָגן דעם זעלבן נאָמען — "קדימה".
דער מצבֿ האָט זיך היפּש געביטן, ווען קיין מעלבורן זײַנען געקומען פּליטים פֿון אייראָפּע. זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דעם חורבן. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע ייִדן זײַנען געווען אַקטיווע בונדיסטן. אין די 1960ער יאָרן האָט מעלבורן געהאַט אַריבער 30 טויזנט ייִדן, 60 פּראָצענט פֿון זיי זײַנען געווען ייִדיש-רעדער. כּמעט אַ דריטל פֿון די ייִדיש-רעדער האָבן גענוצט ייִדיש אין זייער טאָג-טעגלעכן משפּחה-לעבן. אַזאַ דעמאָגראַפֿיע, דערצו נאָך מיט אַ שטאַרקן אידעאָלאָגישן — בונדיסטישן — אָנשפּאַר, האָט געשאַפֿן אַן אידעאַלע סבֿיבֿה פֿאַר דער מערכה פֿון ייִדיש אין מעלבורן. אין אַ יאָרהונדערט אַרום נאָך איר גרינדונג, בלײַבט די "קדימה" אַן אַקטיווע קולטור-אינסטיטוציע אין דער שטאָט.