אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב, אַ פֿרומע ייִדיש־לערערין, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע קינדער־לידער. זי האָט די לידער אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק פֿאַר אירע אייגענע קינדער, מיט וועלכע זי האָט גערעדט ייִדיש. הײַנט זײַנען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
אָבער ערשט איצט איז געקומען די צײַט, אַז חנה־פֿייגלס לידער זאָלן אַרויספֿליִען פֿון איר שטוב צו דער גאָרער וועלט. חוץ דעם קאָמפּאַקטל, ווערן די לידער באַגלייט מיט נאָטן, ווי אויך טראַנסקריבירט און איבערגעזעצט אויף ענגליש.
מיר לייגן אײַך פֿאָר צוויי מוסטערן פֿון חנה־פֿייגל טערטלטויבס בוך "ייִדיש־לידער פֿאַר קינדער"; בײַגעלייגט זײַנען קורצע מוזיקאַלישע אויסצוגן פֿון דעם קאָמפּאַקטל.




ייִדיש

ס’איז שיין ווען די מאַמע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען דער טאַטע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די מומע רעדט ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים.


ס’איז שיין ווען דער זיידע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די באָבע רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען די שוועסטער רעדט ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים
.

רעפֿרען:
ייִדיש סאַראַ שפּראַך.
ס’איז אַזוי געשמאַק.
ס’איז דאָך מלא־חן,
ייִדיש, ייִדיש, ייִדיש.
ייִדיש, ייִדיש, ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים.


ס’איז שיין ווען דער פֿעטער רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען דער ברודער רעדט ייִדיש.
ס’איז שיין ווען אַלע רעדן ייִדיש.
ייִדיש זאָל מען רעדן אין דער היים.

וואָס מע טוט

ווען ביילע די בעקערקע
קנייט איר טייגל, קנייט זי מיטן גאַנצן האַרץ.
ווען טובֿיה דער טינטמאַכער
מאַכט זײַן טינט,
מאַכט ער שוואַרץ — איז שוואַרץ.


רעפֿרען:
וואָס מע טוט
דאַרף מען טאָן גוט.
אַז נישט, ווי אויף צו להכעיס,
טויג עס אויף כּפּרות.


ווען מענדל מלמד לערנט אין חדר,
איז זײַן קלאַס דער בעסטער.
ווען גרשון, אַ גוט ייִנגל,
זעצט זיך צום טיש
וואָס מע גיט אים עסט ער.
רעפֿרען:


ווען משה דער מוזיקאַנט
שפּילט זײַן פֿידל,
טראַכט ער נישט פֿון לאַטקעס.
ער טראַכט וועגן די נאָטן אין דער מוזיק
און ווי דער סמיטשיק מאַכט עס.
רעפֿרען:


ווען מע שטעלט זיך דאַוונען
און ווען מע מאַכט אַ ברכה,
דאַרף מען מאַכן מיט כּוונה.
אויב נישט, טויג עס אויף אַ כּפּרות.
רעפֿרען: