- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס’איז ניט קיין סוד, אַז שלום-עליכם ווערט איצט געלייענט, דער עיקר, אויף אַנדערע שפּראַכן, ניט אויף ייִדיש. די סיבה איז אַ פּשוטע: דער ייִדישער לייענער פֿון זײַנע ווערק איז כּמעט ניט בנימצא. פֿאַרבונדן איז אַזאַ מצבֿ ניט נאָר מיט דער צאָל מענטשן, וואָס קענען איבערלייענען אַ ייִדישן טעקסט. די זאַך איז אַז, ערשטנס, נאָר זייער אַ קליינער חלק פֿון אָט די ייִדיש-לייענענדיקע לײַט (בדך-כּלל פֿרומע) וועלן נעמען אין די הענט אַ בוך פֿון אַזאַ "טריפֿהנעם" שרײַבער. צווייטנס, אויב זיי וועלן אַפֿילו עפֿענען שוין יאָ אַזאַ בוך, וועט זיי זײַן גאַנץ שווער צו פֿאַרשטיין שלום-עליכמס פּראָזע. אי די שפּראַך איז אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ייִדיש וואָס דער פֿרומער עולם רעדט הײַנט-צו-טאָג, אי די סבֿיבֿה און די געשעענישן, באַשריבן דורך דעם ייִדישן קלאַסיקער, זײַנען זייער ווייניק באַקאַנט אין די איצטיקע חרדישע קרײַזן. אויף דער דאָזיקער פֿראַגע האָט בשעתּו געגעבן אַן ענטפֿער דער גרויסער ייִדישער שפּראַכקענער מאַקס ווײַנרײַך. אין זײַן “געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" ווערט דערקלערט, אַז די אַשכּנזים שטאַמען, דער עיקר, פֿון די מיגראַנטן און פּליטים, וואָס האָבן מיט אַ פּאָר טויזנט יאָר צוריק פֿאַרלאָזט ארץ-ישׂראל און זיך פֿאַרהאַלטן אַ צאָל דורות אויף די רוימישע טעריטאָריעס. דאָס איז אַ פֿרישע איניציאַטיוו, וואָס ווערט אַזוי כאַראַקטעריזירט אויפֿן אייגענעם וועב-זײַטל http://www.yiddishfarm.org: אונדזער ציל איז צו בויען אַ ייִדיש-רעדנדיקן ייִשובֿ, וואָס קולטיווירט אָרגאַנישע עסן און האַלט קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַר דער ברייטער ייִדישער קהילה. אין דער וואָכן, וועלן מיר באַאַרבעטן די פֿעלדער, רעפּעטירן פּיעסעס און לערנען תּורה און ייִדישע ליטעראַטור. שבתים וועט מען לעבעדיק פֿאַרברענגען צוזאַמען. די פֿאַרם געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון ניו-יאָרק. דעם זומער וועט מען אַ פּרוּוו טאָן, ווי אַזוי דער פּראָיעקט וועט אַרבעטן. דער געדאַנק פֿון אַזאַ אונטערנעמונג קלינגט אפֿשר אוטאָפּיש, אָבער יעדער אָנהייב איז אוטאָפּיש, אַפֿילו אויב עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדיש, מיט לאַנדווירטשאַפֿט בכלל און מיט אָרגאַנישער לאַנדווירטשאַפֿט בפֿרט. עס קען זיך זייער גרינג שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדיש האָט ניט קיין לײַטישן עקוויוואַלענט פֿאַרן ענגלישן וואָרט forward. מיט וואָס האָט זיך פֿאַרזינדיקט דאָס וואָרט "פֿאָרויס"? אַ וואָרט, דאַכט זיך, ווי אַלע ייִדישע ווערטער. אָבער אין יאָר 1897, ווען מע האָט געשאַפֿן די צײַטונג "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַר איר נאָמען אויסגעקליבן דווקא דאָס וואָרט, וואָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, גענומען דירעקט פֿון דײַטש. אָבער די ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז זיי האָבן געהאַט אַ יניקה פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע און פֿון זייער צײַטונג מיט דעם זעלבן נאָמען, "פֿאָרווערטס". און אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. סוף נאָוועמבער 2011 האָט מען אין דעם מאָסקווער מוזיי פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע גערעדט וועגן אַ גרויסן פּראָיעקט, וואָס האָט דעם ציל פֿון אונטערהאַלטן און פּאָפּולעריזירן די ייִדישע שפּראַך אין רוסלאַנד. אַנאַ סאָראָקינאַ, אַ לעקטאָרין פֿון ייִדיש בײַם רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, קאָאָרדינירט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, וועלכער איז כּולל אַ צאָל סובפּראָיעקטן. איינער פֿון זיי איז פֿאַרבונדן מיטן אַרויסגעבן אַ גרויס ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך. סוף זומער 1961 האָט זיך געביטן די גאַנצע מאַפּע פֿון דעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט, כאָטש פֿאַרבונדן איז עס געווען נאָר מיט איין נײַער אויסגאַבע — דער מאָסקווער ליטעראַרישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". דער דאָזיקער זשורנאַל האָט געבראַכט נײַע ווינטן, און אין קורצן אויך שטורעמס, אין דער ייִדישער וועלט. קודם-כּל, האָבן צענדליקער סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער באַקומען אַ טריבונע פֿאַר זייערע ווערק. זינט די שפּעטע 1940ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט ליקווידירט די גאַנצע אינפֿראַ-סטרוקטור פֿון ייִדישן קולטור-לעבן, איז קיין שום מעגלעכקייט ניט פֿאַרבליבן זיך צו דרוקן אויף ייִדיש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צווישן די שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, זײַנען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך ניט געשראָקן צו שיקן זייערע ווערק אין אויסלענדישע קאָמוניסטישע צײַטשריפֿטן, דער עיקר, קיין וואַרשע. אָבער ס’רובֿ שרײַבער האָבן עס ניט געטאָן. אייניקע האָבן אַפֿילו געפּרוּווט צו שרײַבן אויף אַן אַנדער שפּראַך — רוסיש, אוקראַיִניש וכ’.
וואָס מיינט עס "ציטערדיקע נעמען"? דאָס זײַנען נעמען, וואָס די עלטערן האָבן געגעבן זייערע קינדער, איבער וועלכע זיי ציטערן. דאָס זײַנען נעמען, וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע אָבערגלויבנס. עס איז כּדאַי וועגן דעם צו וויסן. ווען עס האָט געטראָפֿן, אַז בײַ עלטערן איז אַ קינד קראַנק געוואָרן, האָט מען טאַקע גערופֿן אַ דאָקטער, מע האָט דעם קינד געגעבן די פֿאַרשריבענע מעדיצין, אָבער עס איז געווען אַן אָבערגלויבן, אַז מע מוז נאָך עפּעס טאָן. מע האָט צום פֿריִערדיקן נאָמען פֿון קינד צוגעגעבן אַ נײַעם נאָמען — אַ ציטערדיקן. דער נײַער נאָמען האָט געדאַרפֿט זײַן די ריכטיקע רפֿואה פֿאַרן קראַנקן קינד...
צענדליקער נעמען, ייִדישע בתוכם, טראָגן אין זיך די צוויי פֿאַרפֿירערישע אותיות: ch. גיי ווייס, ווי אַזוי דאָס מוז קלינגען אויף ענגליש? היסטאָריש האָט זיך עס גענומען אָפֿט מאָל פֿון דײַטש. אַזאַ נאָמען טראָגן אויך די איצטיקע ליבלינג פֿון די רעכטע אַמעריקאַנער מישעל באַקמאַן (Bachmann), אַ מיטגליד פֿון קאָנגרעס. איר סבֿיבֿה רעדט אַ באַזונדער לשון, וואָס איז גאָר ניט תּמיד צוטריטלעך פֿאַר אַנדערע מענטשן. לעצטנס, האָט די פֿרוי באַקמאַן געפּלעפֿט אַ סך מענטשן, ייִדן און ניט-ייִדן, מיט איר נוסח פֿון אויסרעדן דאָס וואָרט "חוצפּה", אָדער ריכטיקער chutzpah. עס לאָזט זיך אויס, אַז אויף איר לשון קלינגט עס "טשוצפּאַ".
אָנהייב מײַ האָט דער ערשטער קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע געוויזן אַ נײַעם דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס הייסט "דער חב״ד-רבי און דער דײַטשישער אָפֿיציר". דער פֿילם דערציילט ווי אַזוי הרבֿ יוסף-יצחק שניאורסאָן, דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון פּוילן אין יאָר 1939, ווען דאָס לאַנד איז שוין געווען פֿאַרכאַפּט דורך די דײַטשן. דער סיפּור-המעשׂה גופֿא איז ניט קיין נײַער. ער איז שוין באַקאַנט פֿון אַ צאָל פּובליקאַציעס. אָבער פֿאַר אַ סך ישׂראלים איז עס בלי-ספֿק געווען אַן אַנטפּלעקנדיקע געשיכטע.
טעלעקאָמוניקאַציע בײַט דעם שטייגער-לעבן פֿון אַלע מענטשן, אַרײַנגערעכנט אויך אַזעלכע רעליגיעזע גרופּעס, וואָס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן הויפּטשטראָם. ס’איז גוט באַוווּסט, למשל, ווי די אַמישעס היטן זייער איזאָלירטקייט. זינט 1910 דערלאָזן זיי ניט קיין טעלעפֿאָן-ליניעס אין זייערע הײַזער — טאַקע כּדי אויסמײַדן דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט. טעלעפֿאָנען (בײַ שכנים צי אין אַ בודע) האָבן זיי אָבער יאָ גענוצט, ווען דאָס איז געווען נייטיק. הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון מאָבילע טעלעפֿאָנען, האָט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע זיך אַרײַנגעריסן אין זייער לעבן.
די פֿילאָסאָפֿיע פֿון "תּורה ומדע" (תּורה און וועלטלעכע וויסנשאַפֿט) שאַפֿט דעם יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער אָרטאָדאָקסיע. לויט דער דאָזיקער שיטה איז אויפֿגעבויט דער ניו-יאָרקער ישיבֿה-אוניווערסיטעט, וווּ מע קאָמבינירט די צוויי וועלטן — די פֿרומע און די וועלטלעכע. אין דעם דאָזיקן מיטלפּונקט האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַ ייִדיש-קלוב, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך צוויי ענטוזיאַסטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור: שאָול סײַדלער-פֿעלער און איתּי בנימין זוטראַ. מיט דרײַ יאָר צוריק, אין אַפּריל 2008, האָט מען אין יאַפּאַן אַרעסטירט דרײַ סאַטמאַרער חסידים פֿון ישׂראל. די יונגע ישיבֿה-בחורים האָט מען פֿאַרהאַלטן אין עראָפּאָרט, ווײַל זיי האָבן געפֿירט וואַליזעס מיט "עקסטאַזי"-פּילן אויף עטלעכע מיליאָן דאָלאַר. די יונגע לײַט האָבן פֿון סאַמע אָנהייב געטענהט, אַז זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן די נאַרקאָטיקן אין זייער באַגאַזש. מיט אַנדערע ווערטער, זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ניט ווי פֿאַרברעכער, נאָר ווי טיפּשים. דער "גוטער פֿרײַנד", וועלכער האָט זיי אַזוי אונטערגעשטעלט, איז אַרעסטירט געוואָרן אין ישׂראל. אין יאַפּאַן האָט מען די אַרעסטירטע ייִדן פֿון דעסטוועגן באַשולדיקט ווי שמוגלער פֿון נאַרקאָטיקן. דער ייִנגערער פֿון זיי, יוסף באָנדאָ, האָט באַקומען פֿינף יאָר תּפֿיסה. שפּעטער האָט מען אים אַריבערגעפֿירט קיין ישׂראל, ער זאָל דאָרטן אָפּריכטן זײַנע תּפֿיסה-יאָרן. אָבער הײַיאָר איז באָנדאָ אַרויס אויף דער פֿרײַ — אַזאַ באַשלוס איז אָנגענומען געוואָרן אין ישׂראל, כאָטש מע האַלט, אַז דאָס קען מאַכן ערגער דעם מצבֿ פֿון די צוויי אַנדערע חסידים, וועלכע בלײַבן נאָך אַלץ אין די יאַפּאַנישע תּפֿיסות. |