- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף נאָוועמבער 2011 האָט מען אין דעם מאָסקווער מוזיי פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע גערעדט וועגן אַ גרויסן פּראָיעקט, וואָס האָט דעם ציל פֿון אונטערהאַלטן און פּאָפּולעריזירן די ייִדישע שפּראַך אין רוסלאַנד. אַנאַ סאָראָקינאַ, אַ לעקטאָרין פֿון ייִדיש בײַם רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, קאָאָרדינירט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, וועלכער איז כּולל אַ צאָל סובפּראָיעקטן. איינער פֿון זיי איז פֿאַרבונדן מיטן אַרויסגעבן אַ גרויס ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך. דער צונויפֿשטעלער פֿונעם נײַעם ווערטערבוך איז אַלעקסאַנדר סאָלדאַטאָוו, וואָס וווינט אין דער שטאָט קאַמענעץ-אוראַלסקי. סאָלדאַטאָוו, וואָס איז אויך באַקאַנט ווי איציק מאירס, באַשעפֿטיקט זיך מיט דער דאָזיקער אַרבעט שוין אין משך פֿון זיבן יאָר. דאָס ווערטערבוך וועט אַרײַננעמען 56 טויזנט לעקסישע איינסן. מע פּלאַנירט אים אַרויסצוגעבן אין דעם פֿאַרלאַג "קניזשני לעס" ("ביכער־וואַלד"). מיט אַ נוסח פֿון סאָלדאַטאָווס ווערטערבוך קען מען זיך באַקענען אין אינטערנעץ — זען www.jewniverse.ru/biher/Yiddish/index.htm. אַלעקסאַנדרע פּאָליאַן — די יונגע מאָסקווער פֿאָרשערין פֿון ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע — האָט פֿאַר דעם ווערטערבוך אָנגעשריבן אַן איבערזיכט פֿון ייִדישער גראַמאַטיק. * * * אויף דעם וועבזײַטל www.gazetaeao.ru/tag/idish.html קען מען לייענען ייִדישע אַרטיקלען פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". די צײַטונג איז געשאַפֿן געוואָרן אין אָקטאָבער 1930. אַ טייל פֿון דער טיפּאָגראַפֿישער אויסשטאַטונג איז געבראַכט געוואָרן פֿון כאַרבין, כינע, וווּ אין יענע יאָרן האָט מען געדרוקט ייִדישע אויסגאַבעס. הײַנט גייט אַרויס די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" אויף רוסיש, אָבער זי היט אָפּ אַ ייִדישן אָפּטייל, וועלכן עס פֿירט יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ. אָנהייב סעפּטעמבער איז אין ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע ייִדיש-קאָנפֿערענץ. צווישן די צענדליקער אָנטיילנעמער זײַנען געווען געלערנטע פֿון רוסלאַנד, ישׂראל, דײַטשלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַלעקסאַנדר וויניקאָוו, דער גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, האָט געעפֿנט די קאָנפֿערענץ. ער האָט געזאָגט, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון דער געגנט איז זייער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך. און ס׳איז טאַקע אַזוי, ווײַל ייִדיש, און בכלל ייִדישקייט, מישטיינס געזאָגט, פֿון ביראָבידזשאַן, העלפֿט אָפּצוהיטן דעם סטאַטוס פֿון אויטאָנאָמיע פֿון דער דאָזיקער געגנט. * * * דער פּעטערבורגער עספּעראַנטיסט מיכאַיִל בראָנשטיין האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס איז כּולל איבערזעצונגען פֿון לידער פֿון מרדכי גיבירטיג (1877—1942). עטלעכע לידער פֿון גיבירטיגן האָט בראָנשטיין איבערגעזעצט נאָך מיט צוויי יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען זיי געזונגען בשעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעס פֿון עספּעראַנטיסטן אין ביאַליסטאָק — צום 150סטן יוביליי פֿון אליעזר (לודוויק) זאַמענהאָף, וואָס האָט געשטאַמט פֿון דער שטאָט. איצט גרייט זיך אין פּוילן אַ גרויסער באַנד, וואָס דאַרף אַרויסגעגעבן ווערן צו גיבירטיגס 70סטן יאָרצײַט. בראָנשטיין באַטייליקט זיך אין צוגרייטן אַן עספּעראַנטאָ-נוסח פֿון דעם דאָזיקן בוך. עספּעראַנטאָ-ייִדישע פֿאַרבינדונגען האָבן אַ לאַנגע געשיכטע. זאַמענהאָף האָט דאָך תּחילת זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט ייִדיש און האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ גראַמאַטיק פֿון דער שפּראַך. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ווערק אויף עספּעראַנטאָ. צו מאָל האָבן די דאָזיקע איבערזעצונגען געדינט ווי אַ "טראַנזיט"-שפּראַך פֿאַר איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן. ס׳איז באַוווּסט, למשל, אַז אייניקע ייִדישע ווערק האָבן זיך באַוויזן אויף כינעזיש ווי איבערזעצונגען פֿון עספּעראַנטאָ. * * * דער ייִדישער שרײַבער ישׂראל-יהושע זינגער (1893—1944) האָט אין משך פֿון כּמעט אַ פֿערטל יאָרהונדערט געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס", געווען איינער פֿון זײַנע פּאָפּולערסטע בעלעטריסטן. די צײַטונג האָט געדרוקט אין המשכים זײַנע ראָמאַנען, אַזעלכע ווי "ברידער אַשכּנזי", "חבֿר נחמן" און "משפּחה קאַרנאָווסקי", ווי אויך דערציילונגען. לעצטנס זײַנען אַ צאָל ווערק פֿון זינגערן געוואָרן צוטריטלעך אויך אויף רוסיש. געשען איז עס אַ דאַנק די פּעטערבורגער איבערזעצער וואַלערי דימשיץ, איגאָר בולאַטאָווסקי און ישׂראל נעקראַסאָוו. אין יאָר 2010 איז אַרויס דער ראָמאַן "משפּחה קאַרנאָווסקי", און הײַיאָר האָט דער רוסישער לייענער באַקומען צוויי זאַמלביכער פֿון זינגערס דערציילונגען. |