וואָס מאַכט אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט? צווישן די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן זײַנען, ערשטנס, אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן און צווייטנס, קאָנפֿערענצן. מיט אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן האַלט בײַ אונדז, אין הילכות ייִדיש, זייער שמאָל. טעאָרעטיש איז דאָ ערגעץ אַ זשורנאַל, אויף ענגליש, וואָס הייסט "ייִדיש", אָבער ווער זעט אים? ער גייט ניט אַרויס. עמעצער האַלט אים אין די הענט און לאָזט צו אים קיינעם ניט צו, כאָטש איך האָב געהערט וועגן געוויסע פּרוּוון דעם זשורנאַל ווידער אויפֿלעבן. אונטער דער מאַרקע פֿון ייִוואָ זײַנען אויך דאָ אַזעלכע "פֿאַרפֿרוירענע", קליניש-פֿאַרשטאָרבענע צײַטשריפֿטן, וואָס מענטשן, וועלכע זײַנען איצט גראָ, האָבן זיי געזען, ווען זייערע האָר האָבן נאָך געהאַט אַ קאָליר.

‫ייִדישע מאָזאַיִק

סוף נאָוועמבער 2011 האָט מען אין דעם מאָסקווער מוזיי פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע גערעדט וועגן אַ גרויסן פּראָיעקט, וואָס האָט דעם ציל פֿון אונטערהאַלטן און פּאָפּולעריזירן די ייִדישע שפּראַך אין רוסלאַנד. אַנאַ סאָראָקינאַ, אַ לעקטאָרין פֿון ייִדיש בײַם רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, קאָאָרדינירט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, וועלכער איז כּולל אַ צאָל סובפּראָיעקטן. איינער פֿון זיי איז פֿאַרבונדן מיטן אַרויסגעבן אַ גרויס ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך.

שפּראַך־פּיטשעווקעס

אַ מאָל האָט מען די נײַ-אַריבערגעקומענע אימיגראַנטן גערופֿן אין אַמעריקע "גרינע". ווי עס זינגט זיך אין דעם באַקאַנטן ליד "די גרינע קוזינע":

צו מיר איז געקומען אַ קוזינע,
שיין ווי גאָלד איז זי געווען, די גרינע.
בעקעלעך ווי רויטע פּאָמעראַנצן,
פֿיסעלעך וואָס בעטן זיך צו טאַנצן.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין דער הײַנטיקער חסידישער וועלט קאָן מען זיך אָפֿט אָנטרעפֿן אויף זאַכן, וואָס קערן אונדז אום אין די אַלטע מיטל־עלטערלעכע צײַט, וווּ די פֿרוי, למשל, האָט געמוזט וויסן "איר אָרט" און זיך האַלטן נאָר בײַ "אירע ווײַבערישע מידות"; זיך ניט שטופּן אין די "מענערישע ענינים", ווי עס קומט אַרויס פֿון דעם מעשׂהלע "די צען ווײַבער".


אַ מאָל האָבן זיך די ווײַבער פֿונעם שטעטל מאַרקולעשט, וואָס איז ניט ווײַט פֿון בעלץ, צונויפֿגענומען אויף אַן אַסיפֿה. וואָס איז? זיי ווילן אויך האָבן אַ מנין און דאַווענען בציבור, אַזוי ווי די מענער.

ניט לאַנג צוריק איז אין ירושלים, אונטער די דעכער פֿון דרײַ אינסטיטוציעס: דובֿ סדן־פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, מאַנדעל אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן און בית־לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ, דערשינען אַ צוויישפּראַכיקע (ייִדיש־העברעיִש) לידער־זאַמלונג פֿון שמואל צעסלער.

שמואל צעסלער (1904—1987) איז געבוירן געוואָרן אין זאַבלודאָוו, פּוילן. געווען דאָרט אַ לערער און אין 1935 עמיגרירט קיין אַרגענטינע. לידער האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן צו 10 יאָר, און במשך פֿונעם לעבן זײַנען זיי זיך צעפֿלויגן איבער צענדליקער ייִדישע פּובליקאַציעס.

איך האָב צײַט!

דער קאָנדוקטאָר אין אַן אײַזנבאַן-וואַגאָן האָט גענומען אויפֿן וועג בײַ איינעם אַ ייִדן זײַן בילעט, אים באַטראַכט און געזאָגט מיט אַ בייז קול:

— ניין, דער בילעט טויג דאָ ניט. ער איז אויף אַ געוויינטלעכן צוג צו פֿאָרן, און איר האָט זיך געזעצט גאָר אין אַ קוריער-צוג!"

— נו, וואָס מאַכט עס דען אויס? — גיט דער ייִד אַ מאַך מיט דער האַנט. — פֿון מײַנעט וועגן מעג זיך דער צוג פֿאָרן גאַנץ פּאַמעלעך, ניט לויפֿן משוגענערווײַז. נישקשה, איך האָב צײַט.