וואָס מאַכט אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט? צווישן די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן זײַנען, ערשטנס, אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן און צווייטנס, קאָנפֿערענצן. מיט אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן האַלט בײַ אונדז, אין הילכות ייִדיש, זייער שמאָל. טעאָרעטיש איז דאָ ערגעץ אַ זשורנאַל, אויף ענגליש, וואָס הייסט "ייִדיש", אָבער ווער זעט אים? ער גייט ניט אַרויס. עמעצער האַלט אים אין די הענט און לאָזט צו אים קיינעם ניט צו, כאָטש איך האָב געהערט וועגן געוויסע פּרוּוון דעם זשורנאַל ווידער אויפֿלעבן. אונטער דער מאַרקע פֿון ייִוואָ זײַנען אויך דאָ אַזעלכע "פֿאַרפֿרוירענע", קליניש-פֿאַרשטאָרבענע צײַטשריפֿטן, וואָס מענטשן, וועלכע זײַנען איצט גראָ, האָבן זיי געזען, ווען זייערע האָר האָבן נאָך געהאַט אַ קאָליר.
מיט קאָנפֿערענצן איז דער מצבֿ אַ בעסערער. שוין אַ היפּש ביסל צײַט קלײַבט זיך צונויף אין דײַטשלאַנד אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ. דאָס קומט פֿאָר יאָר-אײַן יאָר-אויס אין צוויי אוניווערסיטעטן נאָכן סדר: אין טריר און אין דיסעלדאָרף. און עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש-לימודים. ווי אַ דוגמא, האָב איך די חוצפּה צו דערמאָנען דאָ דרײַ אַזעלכע פֿאָרומס, צו וועלכע איך אַליין האָב אַ דירעקטן שײַכות:
אין דעצעמבער 2011 וועט אין ייִוואָ דורכגיין אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין דעם לעבן פֿון מאַקס ווײַנרײַך, דעם "טאַטע" פֿון ייִוואָ;
סוף אַפּריל 2012, וועט אין דער דײַטשישער שטאָט רעגנסבורג זיך צונויפֿקלײַבן אַ געלערנטער עולם צו רעדן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער אין אַמעריקע (אָבער דווקא אין דײַטשלאַנד איז גרינגער געווען צונויפֿקלײַבן אַן אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ, איידער אין אַמעריקע);
אין אַ פּאָר חדשים אַרום, זומערצײַט, וועט אַ גרופּע ליטעראַטור-קענער קומען אין אַן אָקספֿאָרדער קאָלעדזש, כּדי רעדן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער דער ניסתּר.
איך האַלט אַ וועלט פֿון אַזעלכע קאָנפֿערענצן, ווײַל זיי גיסן אַרײַן פֿריש בלוט אין אונדזער אַרבעט; שטעלן פֿאַר די אַקאַדעמיקער נײַע פֿאָדערונגען. אַנדערש קען זיך זייער גיך אָנהייבן אַ סטאַגנאַציע, סײַ אַ קאָלעקטיווע, פֿאַרן גאַנצן וויסנשאַפֿטלעכן געביט, סײַ אַ פּערזענלעכע. אַ געלערנטער, וואָס פֿאָרט ניט — און וועמען מע רופֿט ניט — אויף קיין קאָנפֿערענצן, בלײַבט, בדרך-כּלל, אויפֿן ראַנדוועג פֿונעם אַקאַדעמישן דרך-המלך. ניט צופֿעליק ווילן די אוניווערסיטעטן, אַז זייערע פּראָפֿעסאָרן און גראַדויִר-סטודענטן זאָלן זיך באַטייליקן אין די פֿאָרומס.
בעת דאָס הילכות-ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע אַקאַדעמישע חבֿרותא, פֿונקציאָנירט עס אויך ווי אַ מין סובקולטור אין אַ צאָל אַנדערע אַקאַדעמישע געביטן, קודם-כּל, פֿון אַלגעמיין-ייִדישע, סלאַווישע און גערמאַנישע לימודים. און דאָס איז, בלי-ספֿק, גוט. בפֿרט נאָך, אַז ייִדיש האָט זיך קיין מאָל ניט אַנטוויקלט אָפּגעגרענעצט פֿון די אַרומיקע לשונות. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן האָבן דאָך געוווינט ניט אויף דער לבֿנה, נאָר בשכנות מיט אַנדערע פֿעלקער.
מיר שײַנט, אַז אַ באַזונדערס אַקטיווע פֿאַרבינדונג האָט זיך בײַ דער "ייִדישער אַקאַדעמיע" געשאַפֿן מיט די סלאַווישע, און בכלל מיזרח-אייראָפּעיִשע, לימודים. און דאָס האָט זיך זייער בולט געזען בשעת דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער "אַסאָציאַציע פֿון סלאַווישע, מיזרח-אייראָפּעיִשע און יעווראָאַזיאַטישע לימודים", וואָס האָט זיך צונויפֿגעקליבן אין וואַשינגטאָן דעם 17טן-20טן נאָוועמבער.
ווי אַ סך מײַנע קאָלעגן, בין איך ניט קיין הייסער חסיד פֿון אַזעלכע ריזיקע ירידן. בדרך-כּלל, באַטייליק איך זיך אין ספּעציאַליזירטע קאָנפֿערענצן. אַזוי אַז אויף דער גרויסער יערלעכער "חתונה" פֿון דער סלאַווישער אַסאָציאַציע בין איך שוין ניט געווען אַ יאָר אַכט. און דער אונטערשייד האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן — בײַם לייענען די פּראָגראַם און בײַם דרייען זיך אין די קאָרידאָרן. פֿאַר די פֿאַרגאַנגענע יאָרן איז ממשותדיק גרעסער געוואָרן די צאָל זיצונגען און באַזונדערע רעפֿעראַטן, געווידמעט די פֿראַגן, וועלכע זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן. אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר, שוין אַ וועטעראַן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס, האָט מיר מיט אַ כיטרעם שמייכל געזאָגט:
"פֿאַר אונדז איז די דאָזיקע קאָנפֿערענץ מער ייִדישלעך איידער די קאָנפֿערענץ פֿון דער ׳אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים׳. מיר דאַרפֿן דאָך ניט דעם תּלמוד."
אַ דרײַ צענדליק רעפֿעראַטן זײַנען הײַיאָר געווען דירעקט געווידמעט די ייִדישע ענינים. אין אַ צאָל אַנדערע אויפֿטריטן זײַנען אַזעלכע זאַכן געווען דערמאָנט אין עפּעס אַ קאָנטעקסט. צווישן די אָנטיילנעמער האָב איך געזען, און זיך באַקענט מיט אַ צאָל געטרײַע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". ייִדיש האָט געקלונגען אין די קאָרידאָרן — ווײַט ניט אַזוי אָפֿט ווי ענגליש, רוסיש און פּויליש, אָבער געקלונגען.
נאָך איין זאַך האָב איך אַרויסגעטראָגן פֿון דער קאָנפֿערענץ, דהײַנו: רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד האָבן אַן אַקאַדעמישע וועלט, אין וועלכער די ייִדישע לימודים לעבן עפּעס אַ וועלט פֿאַר זיך. קיין ריכטיקע פֿאָרשטייער פֿון זייער "יודאַיִסטיק" האָב איך אין וואַשינגטאָן ניט באַמערקט. נאָך ערגער: אַפֿילו אויב מע שטעלט מיך צו דער וואַנט, מיט אַ חלף צוגעשטעלט צו מײַן האַלדז, וואָלט איך געהאַט שוועריקייטן אָנצורופֿן מער ווי אַ פּאָר נעמען פֿון אַזעלכע געלערנטע, וואָס וווינען דאָרטן און וועלכע מע קען, מיט פֿולער רעכט, באַשרײַבן ווי, למשל, אַ "ייִדישער היסטאָריקער", צי אַ "ייִדישער ליטעראַטור-קענער". אַזעלכע לײַט האָבן די נטיה אַוועקצופֿאָרן פֿון יענע מקומות און קומען אויף קאָנפֿערענצן שוין ווי פֿאָרשטייער פֿון די מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן.