אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין דער הײַנטיקער חסידישער וועלט קאָן מען זיך אָפֿט אָנטרעפֿן אויף זאַכן, וואָס קערן אונדז אום אין די אַלטע מיטל־עלטערלעכע צײַט, וווּ די פֿרוי, למשל, האָט געמוזט וויסן "איר אָרט" און זיך האַלטן נאָר בײַ "אירע ווײַבערישע מידות"; זיך ניט שטופּן אין די "מענערישע ענינים", ווי עס קומט אַרויס פֿון דעם מעשׂהלע "די צען ווײַבער".


אַ מאָל האָבן זיך די ווײַבער פֿונעם שטעטל מאַרקולעשט, וואָס איז ניט ווײַט פֿון בעלץ, צונויפֿגענומען אויף אַן אַסיפֿה. וואָס איז? זיי ווילן אויך האָבן אַ מנין און דאַווענען בציבור, אַזוי ווי די מענער.

האָבן זיי גערעדט און גערעדט, און סוף־כּל־סוף באַשלאָסן צו שיקן אַ דעפּוטאַציע צום רבונו־של־עולם. ווי זשע קומט מען צום אייבערשטן צו? האָט די רביצין געזאָגט: "לאָמיר אַרײַנגיין אין שיל, זיך שטעלן פֿאַרן אָרון־קודש און אויסרופֿן אונדזער טענה." אַז די רביצין זאָגט, ווייסט זי וואָס זי זאָגט. האָט די ווײַבערישע דעפּוטאַציע זיך אַרײַנגעשטעלט אין שיל און אָנגעהויבן שרײַען: "גאָט, טאַטע־פֿאָטער, פֿאַר וואָס זײַנען מיר ערגער פֿון די מענער? פֿאַר וואָס זאָלן מיר ניט קענען דאַווענען בציבור?"

אין דער זעלבער שיל און אין דער זעלבער צײַט, אין אַ פֿינצטערן ווינקל האָט געכאַפּט אַ דרעמל דער אָרטיקער וויצלער יאַנקעלע קאַפּורניק. פֿאַר וואָס האָט ער געקראָגן אַזאַ צונאָמעניש "קאַפּורניק"? מחמת אַלע זײַנע וויצן האָבן געטויגט אויף כּפּרות. די ווײַבערישע קולות האָבן אים אויפֿגעוועקט. דערהערט זייערע טענות, האָט ער זיך דערפֿרייט: ס’איז שוין דאָ פֿון וועמען אָפּצולאַכן. האָט ער זיך אָנגערופֿן פֿון זײַן ווינקל מיט אַ באַסאָווער שטים: "אויב איר וועט קענען אָפּציילן ביז צען, מעגט איר זיך מאַכן אַ מנין!"

דערהערט אַזאַ זאַך, איז די רביצין געלאָפֿן און האָט צונויפֿגערופֿן צען פֿון די חשובֿסטע ייִדענעס פֿונעם שטעטל. אָבער איידער זיי האָבן זיך געלאָזט גיין אין שיל אַרײַן, האָט די רביצין זיי אַלע איבערגעציילט. דערבײַ האָט זי זיך אַליין אויך אַרײַנגענומען אין חשבון. האָט זיך בײַ איר באַקומען עלף ייִדענעס, וואָס טויג ניט. שיקט זי אָפּ איין ייִדענע אַהיים, און אַליין הייסט זי די געבליבענע זיך אויסשטעלן אין אַ שורה. זי ציילט ווידער, אָבער דאָס מאָל האָט זי שוין זיך אַליין ניט געציילט. קומט זי צו "נײַן" און בלײַבט שטיין — עס פֿעלט איר איין פֿרוי. האָט זי געשיקט ווידער רופֿן די "איבעריקע" ייִדענע, און זיך גענומען נאָך אַ מאָל ציילן, אָנהייבנדיק פֿון זיך אַליין. באַקומט זיך ווידער עלף. דערזען אַזאַ זאַך, אַז זי איז זיך אַלע מאָל טועה אין ציילן, האָט זי באַשלאָסן מע זאָל אויסקנעטן ליימלעך און יעדע ייִדענע זאָל אַרײַנשטופּן איר גראָבן פֿינגער אין דעם ליימל. וויפֿל לעכער ס’וועלן אינעם ליימל בלײַבן, אַזוי פֿיל ווײַבער זײַנען דאָ. געזאָגט און געטאָן!

צווישן די ייִדענעס איז געווען איינע, וואָס האָט געשמעקט טאַביק. זי איז געווען אַ פֿאַרברענטע טאַביק־שמעקערין. האָט זיך איר געדאַכט, אַז זי גייט טאָן אַ שמעק טאַביקע, און אַרײַן מיט ביידע פֿינגער אינעם ליימל. די רביצין ציילט איבער די לעכלעך און עס ווערט איר פֿינצטער אין די אויגן — עלף לעכלעך! איז זי געפֿאַלן אויף אַ נײַעם פּלאַן: זאָל מען דאָס זעלבע טאָן, נאָר מיט די צונגען. דאָ קאָן שוין קיין פּלאָנטער ניט זײַן. אַפֿילו די גרעסטע פּלאַפּלערין האָט ניט מער ווי איין צונג.

געזאָגט און געטאָן! האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט, אַז צווישן זיי איז געווען איין ייִדענע, וואָס האָט געהאַט אַ לאַנגע נאָז. ווען זי האָט זיך אָנגעבויגן אַרײַנצושטופּן די צונג אינעם ליימל צו מאַכן אַ לאָך, איז זי אַרײַן פֿריִער מיט דער נאָז און שוין דערנאָך מיט דער צונג. אַז די רביצין האָט איבערגעציילט די לעכלעך אינעם ליימל, האָט זי שיִער ניט געחלשט — ווידער די זעלבע מעשׂה — עלף לעכלעך!

זי האָט, נעבעך, ניט געקאָנט ניט אַרויס און ניט אַרײַן. וואָס טוט מען דאָ? ווי נעמט מען צונויף צען ייִדענעס צו אַ מנין? לויפֿט זי שוין הענדום־פּענדום גלײַך צום רבֿ. ער וועט שוין געבן אַן עצה.

האָט דער רבֿ זי אויסגעהערט און געזאָגט: "וואָס זאָל איך טאָן, אַז ייִדענעס האָבן לאַנגע נעז און שטופּן זיי אַהין, וווּ מע דאַרף ניט?!"

און דער מוסר־השׂכּל דערפֿון איז: "ווען אַ לץ רעדט אין נאָמען פֿון גאָט, קומען אָפּ די ווײַבער".