שפּראַך־פּיטשעווקעס

אַ מאָל האָט מען די נײַ-אַריבערגעקומענע אימיגראַנטן גערופֿן אין אַמעריקע "גרינע". ווי עס זינגט זיך אין דעם באַקאַנטן ליד "די גרינע קוזינע":

צו מיר איז געקומען אַ קוזינע,
שיין ווי גאָלד איז זי געווען, די גרינע.
בעקעלעך ווי רויטע פּאָמעראַנצן,
פֿיסעלעך וואָס בעטן זיך צו טאַנצן.

דערנאָך פֿלעגט זיך אַן אימיגראַנט "אויסגרינען". דעם פּראָצעס האָט מען באַשריבן אַ סך מאָל. דאָ ברענגען מיר אַן אויסצוג פֿון אַב. קאַהאַנס אַרטיקל "צוויי וועלטן וואָס זײַנען אי צוויי, אי איינע" ("פֿאָרווערטס", דעם 19טן סעפּטעמבער 1943):

אויסגעגרינט

די נײַ-אַריבערגעקומענע אימיגראַנטן פֿלעגט מען אויף ייִדיש רופֿן "גרינע". ווען עס פֿלעגט אַוועקגיין אַ געוויסע צײַט און זיי פֿלעגן זיך אויסלערנען אַרײַנצונעמען אין זייער ייִדיש אַ געוויסע צאָל ענגלישע ווערטער (אַרײַננעמען און אַ היפּש ביסל קאַליע מאַכן מיט דער אויסשפּראַך), באַקאַנט ווערן מיט דעם היגן לעבן און זיך אָנהייבן אַרײַנצופּאַסן אין אים, פֿלעגט מען זיי קרוינען מיט דעם טיטל "אויסגעגרינטע".

זייער אָפֿט איז די ענדערונג אין דעם גרינעם געווען אַ גאַנץ גרויסע. ער פֿלעגט זיך קליידן אַנדערש. און דאָס איז געווען צו זען אויפֿן געזיכט. אָפֿט פֿלעגט פֿאָרקומען אין דעם אַראָפּגעקומענעם כּמעט אַן איבערקערעניש.

דאָס אַמעריקאַנער לעבן איז אַ סך רײַכער און פֿאַרביקער, ווי דאָס לעבן פֿלעגט זײַן אין אַ ליטוויש אָדער פּויליש שטעטל, אָדער אַפֿילו אין אַ גרויסער שטאָט. דער אימיגראַנט פֿלעגט באַקאַנט ווערן מיט מאַסן געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאַר אים פֿריִער געווען אַבסאָלוט פֿרעמד. אויף טריט און שריט האָט מען באַגעגנט באַקאַנטע אימיגראַנטן, וועלכע זײַנען אין אַ יאָר צײַט בערך געוואָרן אַזוי ווי נײַ-געבאַקענע. עס זײַנען געווען אויסנאַמען — ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס פֿלעגן זיך קיין מאָל ניט אויסגרינען. זייער צאָל איז אָבער געווען זייער קליין.

די ענדערונגען אין דעם אויסגעגרינטן זײַנען דאָס רובֿ געקומען אין פּראַקטישע וועגן. מע מוז אָבער אויך צוגעבן, אַז אַ ניט קליינער פּראָצענט פֿון די נײַ-געקומענע איז דאָ אויך גיך געוואַקסן גײַסטיק. דער עיקר פֿלעגט דאָס פּאַסירן מיט אימיגראַנטן, וואָס האָבן געקענט "לערנען", תּלמודיסטן, העברעיִסטן. טיפּן, וואָס האָבן אין דער היים געהאַט אַ הויכע אינטעליגענץ, הגם מיט מאָדערנע וויסנשאַפֿטן האָבן זיי געהאַט זייער ווייניק שײַכות. אַ סך אַזעלכע ייִדן פֿלעגן גיך צוקומען צו דער ענגלישער שפּראַך, ריכטיקער געזאָגט — צו אַן ענגלישער צײַטונג, צו אַן ענגלישן זשורנאַל און צו אַן ענגליש בוך. זיי פֿלעגן ווערן געבילדעט אויף אַ מאָדערנעם שטייגער, צי זיי האָבן געקענט רעדן ענגליש ווי עס באַדאַרף צו זײַן צי ניט. פֿון פּוילן און פֿון ליטע איז געקומען אַ גרויסע צאָל אַזעלכע אימיגראַנטן.

* * *

פּראָבלעמען פֿון "גרינע" און "אויסגעגרינטע" ייִדן האָבן תּמיד אינטערעסירט די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע. אָט וואָס האָט דערציילט זלמן זילבערצווײַג (1894—1972), דער צונויפֿשטעלער פֿון דעם "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער". ער האָט זיך באַקענט מיט אַב. קאַהאַנען, ווען יענער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל. שפּעטער איז זילבערצווײַג געקומען קיין ניו-יאָרק, בפֿרט נאָך, אַז קאַהאַן האָט אים דערמוטיקט עס צו טאָן. זילבערצווײַגס זכרונות האָט פֿאַרשריבן דער ייִדישער ראָמאַניסט שמואל איזבאַן (1905—1995) (גענומען פֿון www.algemeiner.net):

זילבערצווײַג האָט דערציילט, אַז ווען קאַהאַן האָט אים דערזען, האָט ער אָנגעשטעלט אויף אים אַ פּאָר פֿאַרחידושטע אויגן, ווי ער וואָלט אים צום ערשטן מאָל געזען. און ווען זילבערצווײַג האָט פּרובירט אויפֿפֿרישן זײַן זכּרון, און האָט אים דערמאָנט זייער באַגעגעניש אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר אַן אומגעדולדיקער אים איבערגעשלאָגן און אַ פֿרעג געטאָן:

"אַלץ איז גוט און פֿײַן... אָבער צו וואָס זײַט איר געקומען קיין אַמעריקע?"

די פֿראַגע איז געווען אַ קאַטאַסטראָפֿאַלע. זילבערצווײַג, אַ דערשלאָגענער, האָט געפֿילט ווי מ׳וואָלט אים דערלאַנגט מיט אַ האַמער איבערן קאָפּ, און ער האָט אַ פֿאַרצווייפֿלטער געזוכט די טיר צו אַנטלויפֿן.

קאַהאַן האָט, קאָנטיק, אײַנגעזען זײַן אומטאַקטישקייט בײַם באַגריסן דעם גאַסט. ער האָט פֿונדאָסנײַ אים באַטראַכט אַ לענגערע ווײַלע און זיך אָנגערופֿן אין אַ ווייכערן טאָן:

"אָבער ביז וואָס ווען דאַרף אַ גרינער, נאָכן אַראָפּגיין פֿון שיף, זאָרגן וועגן ברויט... איר האָט אַ מאָל געטאָן רעפּאָרטער-אַרבעט? פֿאַרגעסט דערווײַל אײַער טעאַטער-לעקסיקאָן ביז איר וועט זיך אויסגרינען... רוסיש קענט איר? און ווי האַלט עס בײַ אײַך מיט ענגליש? צוערשט מוזט איר אָנהייבן מאַכן לעבן... קומט אַרויף אין רעדאַקציע מאָרגן פֿרי, כ׳וועל עפּעס האָבן פֿאַר אײַך."

און ער האָט צוגעפֿירט זילבערצווײַגן צום גרויסן פֿענצטער, וואָס האָט אַראָפּגעקוקט אויף עסעקס-סטריט און געזאָגט:

"איר זעט די גאַס אונטן? דאָס איז די עסעקס-סטריט. כ׳וועל אײַך מאָרגן אַראָפּשיקן אַהין. איר וועט אויך אַרײַנגיין אין די אַרומיקע גאַסן און זען ווי ייִדן האַנדלען אויף דער איסט-סײַד. און איר וועט אָנשרײַבן אַ רעפּאָרט פֿאַרן ׳פֿאָרווערטס׳. אײַער שילדערונג דאַרף ווײַזן ווי אַזוי אַ גרינער זעט אַ טאָג לעבן אויף דער ייִדישער איסט-סײַד."