ניט לאַנג צוריק איז אין ירושלים, אונטער די דעכער פֿון דרײַ אינסטיטוציעס: דובֿ סדן־פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, מאַנדעל אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן און בית־לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ, דערשינען אַ צוויישפּראַכיקע (ייִדיש־העברעיִש) לידער־זאַמלונג פֿון שמואל צעסלער.
שמואל צעסלער (1904—1987) איז געבוירן געוואָרן אין זאַבלודאָוו, פּוילן. געווען דאָרט אַ לערער און אין 1935 עמיגרירט קיין אַרגענטינע. לידער האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן צו 10 יאָר, און במשך פֿונעם לעבן זײַנען זיי זיך צעפֿלויגן איבער צענדליקער ייִדישע פּובליקאַציעס.
וועגן דער אויסגאַבע האָבן מיר געבעטן צו זאָגן עטלעכע ווערטער דעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט יחיאל שיינטוך.
"שמואל צעסלערס ייִדישע שפּראַך און זײַנע גראַמען זײַנען ניט נאָר פּאָעטיש און מוזיקאַליש און לייגן זיך אויף דער צונג, ווי אַ געשמאַקער געבעקס — זיי זײַנען אויך זייער בילדעריש. צעסלער צייכנט מיט ווערטער גאַנצע פּייסאַזשן און בילדער — דערפֿאַר האָב איך זיך געווענדט צום קינסטלער דייוויד האָל און געבעטן בײַ אים אָנצוטאָן די ווערטער און זיי באַקליידן."
מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער עטלעכע מוסטערן פֿון שמואל צעסלערס קינדער־פּאָעזיע מיט די אילוסטראַציעס פֿון דייוויד האָל.
כּלי־זמרים
יעדן, יעדן אינדערפֿרי
שפּילט דער האָן: קו־קו־ריקו!
שפּילט דער האָן און פֿריילעך
קרייט ער
אויף אַ מעשענעם טרומייטער.
און עס וואַכן אויף פֿון שלאָף:
הונט און קעצל, רינד און שאָף,
עופֿות, פֿייגל, בין און וואָרעם
און דער גאַנצער הויף כּלי־זמרים.
און עס גייט אַרום אַ שפּיל,
אַ געטריל, אַ מעק, אַ ביל,
ס’שפּילט דער קלענסטער און
דער גרעסטער —
און די וועלט איז אַן אָרקעסטער.
בײַם ים
ווי שיין עס איז צו קוקןבײַם לעצטן זונענשטראַל,
ווי ס’קנייטשט דער ים זײַן רוקן
און פֿורעמט וואַל נאָך וואַל.
וואָס ברומט דער גרויסער זקן?
וואָס שוידערט ער אַצינד?
צי האָט ער זיך דערשראָקן
פֿאַר קילן אָוונטווינט?
צי זײַן געלעכטער איז אים
געוואָרן ענג און קליין —
שרומפּט אײַן דער ים דער ריז זיך,
צו קענען שלאָפֿן גיין?
נאַכטגעזאַנג
ווי עס ווערט נאָר אָוונט,
ס’ווערט גאָר פֿינצטער, גלײַך
קומט זי, די לבֿנה,
באָדן זיך אין טײַך.
פֿינקלענדיקע שטערן,
קליינע, אָן אַ שיעור,
קומען אויך צום וואַסער
באָדן זיך מיט איר.
נאָך דעם — קלאָר און לויטער,
איבער שטאָט און פּליין,
לײַכטן זיי און שמייכלען,
שטראַלן העל און ריין.
די קאָלאָניסטישע משפּחה
און מײַן פֿעטער האָט געאַקערט,און מײַן טאַטע האָט געזייט, —
ברענגט דער זיידע מעל צו פֿירן
פֿון דער מיל אַהיים, מיט פֿרייד.
און מײַן מומע באַקט אין אויוון,
און מײַן מאַמע גרייט צום טיש, —
עסן, עסן איצטער אַלע,
ברויטן ברוין און ברויטן פֿריש.
און מײַן ברודער האָט געשניטן,
און מײַן באָבע האָט געשפּינט, —
נייט מײַן שוועסטער פֿונעם לײַוונט
העמדלעך ווײַס, פֿאַר יעדן קינד.
פֿלײַסיק אַרבעט די משפּחה
פֿון דער פֿרי ביז זונפֿאַרגאַנג;
און עס איז מיט מזל־ברכה
פֿול די שטוב, און מיט געזאַנג.