איך האָב צײַט!
דער קאָנדוקטאָר אין אַן אײַזנבאַן-וואַגאָן האָט גענומען אויפֿן וועג בײַ איינעם אַ ייִדן זײַן בילעט, אים באַטראַכט און געזאָגט מיט אַ בייז קול:
— ניין, דער בילעט טויג דאָ ניט. ער איז אויף אַ געוויינטלעכן צוג צו פֿאָרן, און איר האָט זיך געזעצט גאָר אין אַ קוריער-צוג!"
— נו, וואָס מאַכט עס דען אויס? — גיט דער ייִד אַ מאַך מיט דער האַנט. — פֿון מײַנעט וועגן מעג זיך דער צוג פֿאָרן גאַנץ פּאַמעלעך, ניט לויפֿן משוגענערווײַז. נישקשה, איך האָב צײַט.
רעכטע און לינקע
אַ ראַבינער אין דײַטשלאַנד האָט מען אַ מאָל אַ פֿרעג געטאָן:
— וואָס איז די מעשׂה וואָס בײַ ייִדן געפֿינען זיך תּמיד אַזוי פֿיל לינקע?
— דאָס איז דערפֿאַר, — האָט דער ראַבינער געענטפֿערט, — וואָס ייִדן האָבן ניט קיין רעכטע. (Rechte מיינט אויף דײַטש "רעכט", למשל, בירגער-רעכט.)
מעג זײַן אַ משוגענע
אַ שדכן הערט אויס פֿון אַ יונגער־מאַן, וואָס פֿאַר אַ כּלה יענער פֿאַרלאַנגט מע זאָל אים רעדן. רופֿט ער זיך אָן צו אים אַ ביסל אויפֿגעבראַכט:
— איך מוז אײַך זאָגן, יונגער־מאַן, האָט מיר קיין פֿאַריבל ניט, אַזאַ כּלה ווי איר פֿאַרלאַנגט מיט אַלע מעלות פֿון דער וועלט — אי אַ שיינהייט, אי פֿון פֿײַנסטן ייִחוס און נאָך מיט אַ היפּשן נדן דערצו — דאַרף זי דאָך זײַן אַ ריינע משוגענע, זי זאָל אַזעלכן ווי איר וועלן!
— זעט איר, — מאַכט דער חתן קאַלטבלוטיק, — דאָס אַרט מיך גראָד ניט. זי מעג זיך זײַן אַ משוגענע.
פֿיר מינים ייִדן
ס׳איז פֿאַראַן, האָט אַ רבֿ געזאָגט, פֿיר מינים ייִדן:
אַזעלכע וואָס גייען אין שיל אַלע טאָג פֿון אַ גאַנץ יאָר.
אַזעלכע וואָס גייען אין שיל שבת און יום-טובֿ.
אַזעלכע וואָס גייען אין שיל נאָר איין מאָל אין יאָר: יום-כּיפּור.
און אַזעלכע וואָס זייער ייִדישקייט באַשטייט נאָר אין דעם וואָס מע פֿירט זיי באַגראָבן אויפֿן ייִדישן בית-עלמין.
פֿון י. ח. ראַווניצקיס בוך "ייִדישע וויצן" (ניו-יאָרק, 1950)