טעלעקאָמוניקאַציע בײַט דעם שטייגער-לעבן פֿון אַלע מענטשן, אַרײַנגערעכנט אויך אַזעלכע רעליגיעזע גרופּעס, וואָס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן הויפּטשטראָם. ס’איז גוט באַוווּסט, למשל, ווי די אַמישעס היטן זייער איזאָלירטקייט. זינט 1910 דערלאָזן זיי ניט קיין טעלעפֿאָן-ליניעס אין זייערע הײַזער — טאַקע כּדי אויסמײַדן דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט. טעלעפֿאָנען (בײַ שכנים צי אין אַ בודע) האָבן זיי אָבער יאָ גענוצט, ווען דאָס איז געווען נייטיק. הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון מאָבילע טעלעפֿאָנען, האָט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע זיך אַרײַנגעריסן אין זייער לעבן.
די ייִדישע אולטראַ-אָרטאָדאָקסישע וועלט נוצט טעלעפֿאָנען, אָבער וויל מע זאָל זיי צופּאַסן צו זייערע פֿאָדערונגען. לעצטנס, האָבן די חרדים באַקומען אַ מתּנה — אין ישׂראל קען מען איצט נוצן אַ "סמאַרטפֿאָן", וואָס האָט אַ מעניו אויף ייִדיש. און די קלונג-ניגונים זײַנע אויך ניט קיין ווילד-פֿרעמדע, נאָר פֿון דעם סקאַרבאָוון חסידישן מוזיק-רעפּערטואַר. דעם ישׂראלדיקן מאַרק פֿון ייִדיש-רעדנדיקע חרדים שאַצט מען אָפּ ווי 350–400 טויזנט נפֿשות. אַזוי אַז עס האָט געלוינט צו אינוועסטירן געלט און מי, כּדי צופּאַסן טעלעפֿאָנען צו די באַדערפֿענישן פֿון אַזעלכע קליענטן.
אַ פּאָר חרדישע איבערזעצער האָבן אין משך פֿון פֿיר חדשים געגרייט דעם ייִדישן נוסח פֿאַר דער קאָמפּאַניע "עקסעל טעלעקאָם" ("אקסל טלקום"). אינטערעסאַנט, אַז פֿאַר screen האָבן זיי באַשלאָסן צו נוצן ניט דאָס וואָרט "עקראַן", נאָר "שירם" ("שירמע"), וואָס באַטײַט אין ייִדיש, בדרך-כּלל, אַן אַנדער מין screen — אַ מין ווענטל, ווי, אַ שטייגער, אין דער פֿראַזע: "די שירמע האָט אָפּגעטיילט אַ ווינקל אין דעם צימער."
פֿריִער האָבן די טעלעקאָמוניקאַציע-קאָמפּאַניעס אויך געהאַט אין זינען די ספּעציפֿישקייט פֿון דעם חרדישן עולם. פֿאַר אַזעלכע קונים האָט מען פֿאָרגעלייגט טעלעפֿאָנען אָן "פֿאַרפֿירערישע" זאַכן, וואָס האָט געמיינט, למשל, צו בלאָקירן די פֿונקציעס פֿון אַ פֿרײַען צוטריט צו אינטערנעץ און צו בליצבריוו. אָבער קיין איין קאָמפּאַניע האָט ניט באַזאָרגט די טעלעפֿאָנען מיט ייִדיש.
דער נײַער טעלעפֿאָן — דער, וואָס האָט ייִדיש ווי די שפּראַך פֿונעם מעניו — איז אויך מיט באַגרענעצטע פֿונקציעס. ער האָט אַפֿילו ניט קיין פֿאָטאָגראַפֿישן אַפּאַראַט, שוין אָפּגעשמועסט פֿון ניט האָבן קיין צוטריט צום אינטערנעץ. נאָך מער: מע האָט אים געמאַכט אַזוי, אַז קיינער זאָל, בשום-אופֿן, ניט קענען מאָדיפֿיצירן דעם טעלעפֿאָן אַזוי, אַז ער זאָל קאָנען אַרבעטן מיט אינטערנעץ.
און נאָך איין זאַך: טאָמער עמעצער וועט האָבן די העזה צו דברן פֿון אַזאַ טעלעפֿאָן אום שבת, וועט יעדע מינוט אָפּקאָסטן אַרום 3 דאָלאַר.