- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 2טן יאַנואַר 2011 איז געוואָרן 175 יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין דעם שטעטל קאַפּוליע (אין רוסיש Копыль און אין ווײַסרוסיש Капыль, הײַנט אין דער מינסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד) איז געבוירן געוואָרן שלום-יעקבֿ אַבראַמאָוויטש. אונדז איז ער בעסער באַקאַנט ווי מענדעלע מוכר-ספֿרים, דער "זיידע" פֿון די מאָדערנע ליטעראַטורן סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף העברעיִש. זײַן ראָלע אין דער העברעיִשער ליטעראַטור איז אָפּגעמערקט אין ישׂראל — מע זעט עס, למשל, אויף די שילדן פֿון די גאַסן, וואָס טראָגן זײַן נאָמען: אין ירושלים, תּל-אָבֿיבֿ, חיפֿה און אַנדערע שטעט. הײַיאָר פּראַוועט די ייִדיש-געזעלשאַפֿט פֿון האַמבורג איר 15־יאָריקן יוביליי (זען www.birnbaum-gesellschaft.org, ווי אויך איציק גאָטעסמאַנס "פֿאָרווערטס"-אַרטיקל). די אָרגאַניזאַציע, וועלכע פֿאַראייניקט דער עיקר ניט-ייִדישע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז געשאַפֿן געוואָרן אין אָקטאָבער 1995 דורך עטלעכע היגע ענטוזיאַסטן. איינע פֿון די ענטוזיאַסטן, דאָראָטעאַ גרעווע, האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש נאָך אין יאָר 1976, ווען זי איז געווען אַ סטודענטקע פֿון גערמאַניסטיק. דער דאָזיקער אינטערעס האָט ראַדיקאַל געביטן איר לעבן. שוין לאַנגע יאָרן איז דאָראָטעאַ באַקאַנט ווי אַ דערפֿאַרענע לערערין פֿון ייִדיש, אַ זינגערין פֿון ייִדישע לידער און אַן איבערזעצערין פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק אויף דײַטש. צווישן אירע איבערזעצונגען איז דאָס בוך "איך מוז דערציילן" (אַרויס אויף דײַטש אין 2002) פֿון דער פּעטערבורגער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע, וועלכע האָט באַזירט דאָס ווערק אויף אירע אייגענע איבערלעבונגען אין דער ווילנער געטאָ. דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך געפֿונען אין מאָסקווע. אָבער די געשיכטע פֿון זײַן ליקווידאַציע איז פֿאַרבונדן מיט מינסק. אַהין האָט מען אין יאַנואַר 1948 געשיקט דעם פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. אָפֿיציעל האָט זײַן נסיעה געהאַט דעם ציל פֿון אינספּעקטירן דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה-טעאַטער. מע דערציילט, אַז מיכאָעלס אַליין האָט זײַן שליחות געהאַלטן ווי אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. ער האָט געפֿילט, אַז עס לאָקערט אויף אים דער מלאך-המוות. אַ קונה האָט טענות צו אַ שנײַדער: — איר האָט מיר צוגעזאָגט, אַז מײַנע הויזן וועלן זײַן פֿאַרטיק אין דרײַ טעג אַרום. און גענומען האָט עס בײַ אײַך צען טעג. דער אייבערשטער האָט די גאַנצע וועלט באַשאַפֿן אין איין וואָך. — אמת, אָבער זאָגט מיר ניט, אַז אײַך געפֿעלט זײַן וועלטל. און איצט גיט אַ קוק אויף די הויזן — אַ שעדעווער! אין משך פֿון צוויי יאָר האָט מען אין ריגע רעסטאַוורירט דעם אַלטן בית-מדרש. אין דער לעטלענדישער הויפּטשטאָט איז עס די איינציקע שיל, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און איז פֿאַרבליבן אָפֿן אין די סאָוועטישע צײַטן. אין דער פֿײַערלעכער עפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך באַטייליקט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער מדינה, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעזידענט, דעם פּרעמיער-מיניסטער און דעם מייאָר פֿון דער שטאָט. דעם יסוד פֿאַר ייִדישע זומער-קורסן האָט מען פֿאַרלייגט אין ייִוואָ, אין ניו-יאָרק, ווען אין יאָר 1968 האָט מען צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט אַזאַ קורס. דאָס איז געוואָרן אַ מאָדעל פֿאַר אַ צאָל ענלעכע זומער-פּראָגראַמען אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער וועלט. זייער אַ גרויסע ראָלע אין דעם לערן-פּראָצעס האָט געשפּילט אוריאל ווײַנרײַכס לערנבוך "קאָלעדזש ייִדיש". זײַן ערשטע אויפֿלאַגע איז אַרויס מיט זעכציק יאָר צוריק, אין 1949. דאָס זאַמלבוך “ייִדיש: שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד" (אויף דער ייִדישער הילע הייסט עס “ייִדיש: שפּראַך און ליטעראַטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד") איז אַרויס אין מאָסקווע אין 2009. ס׳רובֿ מאַטעריאַלן זײַנען פֿריִער געווען פֿאָרגעשטעלט בעת אַ קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין יאָר 2006 אין רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. אַ דאַנק דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿון אַמעריקע און דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ), עקזיסטירט שוין כּמעט צוויי יאָרצענדליק בײַ אָט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט זייער אַ געראָטענע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים. דער זשורנאַל “אויפֿן שוועל" גייט אַרויס אין ניו-יאָרק זינט יאָר 1940. זײַן אויפֿקום איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, אָדער — פּינקטלעכער — מיט דעם ייִדישן נעאָ-טעריטאָריאַליזם. די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג איז געווען אַקטיוו, דער עיקר, אין די ערשטע צוויי יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זי האָט געהאַט פֿאַרשיידענע בײַ-שטראָמען: מאַרקסיסטישע, אַנאַרכיסטישע וכ׳. אָבער דער הויפּט-ציל איז, אין תּוך, געווען דער זעלבער: צו שאַפֿן ערגעץ אַ מדינה צי, לכל-הפּחות, אַן אויטאָנאָמע טעריטאָריע, און אויפֿצובויען דאָרטן אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע, ייִדיש-רעדנדיקע היים פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.
אין חודש מאַרץ מערקט מען אָפּ אין קיִעוו דעם יוביליי פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער אויף אַ זייער אייגנאַרטיקן אופֿן. אין פֿעברואַר האָט מען צעוואַלגערט דאָס הויז, וווּ ס׳איז געווען שלום-עליכמס לעצטע דירה אין דער שטאָט. אין יאָר 1905, נאָך אַ בלוטיקן פּאָגראָם, האָט ער אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט קיִעוו. די איצטיקע צעשטערונג פֿונעם הויז איז ניט פֿאַרבונדן מיט קיין אַנטיסעמיטישער אַקציע. עס האָט פּשוט אָפּגעשפּיגלט דעם ווילד-קאַפּיטאַליסטישן קלימאַט אין מיזרח-אייראָפּע. אויפֿן אָרט פֿונעם אַלטן הויז וועט אויסוואַקסן אַ מאָדערנער האָטעל.
סוף זומער 1988, ווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז גרינגער געוואָרן צו בויען דעמאָקראַטישע אינטיטוציעס, האָט מען אין ווילנע באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדישע קולטור-געזעלשאַפֿט — ניט נאָר פֿאַר דער שטאָט, אָבער פֿאַר דער גאַנצער ליטווישער רעפּובליק. קיין גרינגע זאַך איז עס ניט געווען אַפֿילו אין די רעלאַטיוו ליבעראַלע יאָרן פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס דרייסטע רעפֿאָרמען. די ייִדישע געזעלשאַפֿט האָט זיך אָפֿיציעל באַוויזן אין מאַרץ 1989. אין דעם זעלבן יאָר האָט מען אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן די צײַטונג "ירושלים-דליטא". דעם 13טן נאָוועמבער האָט מען אין דער שטאָט רעגענסבורג פּרעזענטירט די ערשטע דײַטשישע איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס בוך "אַ טאָג אין רעגענסבורג". די געשעענישן קומען פֿאָר אין יאָר 1519 — דער מחבר האָט געוואָלט איבערגעבן די אַטמאָספֿער און אַפֿילו די שפּראַך פֿון אַשכּנזישן מיטלעלטער. גלײַכצײַטיק האָט דער סיפּור-המעשׂה וועגן די אַמאָליקע קריסטלעך-ייִדישע באַציִונגען געהאַט אַ מאָדערנעם אָפּקלאַנג. אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן מוזיי" (וואָס געפֿינט זיך אויף דער 92סטער גאַס) האָט זיך דעם 9טן נאָוועמבער געעפֿנט אַן אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, 1919—1949". צוויי הונדערט עקספּאָנאַטן — בילדער, אַפֿישן, פּראָגראַמען און עסקיזן פֿון קאָסטיומען — דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אוניקאַלן טעאַטער. דער ערשטער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אַלעקסיי גראַנאָווסקי, האָט ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט, אָבער ער איז געווען אַ טאַלאַנטירטער, אָריגינעלער רעזשיסאָר. |