דאָס ייִדישע מיידל מאַשע ברוסקינאַ פֿירט מען צו דער תּליה |
דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך געפֿונען אין מאָסקווע. אָבער די געשיכטע פֿון זײַן ליקווידאַציע איז פֿאַרבונדן מיט מינסק. אַהין האָט מען אין יאַנואַר 1948 געשיקט דעם פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. אָפֿיציעל האָט זײַן נסיעה געהאַט דעם ציל פֿון אינספּעקטירן דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה-טעאַטער. מע דערציילט, אַז מיכאָעלס אַליין האָט זײַן שליחות געהאַלטן ווי אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. ער האָט געפֿילט, אַז עס לאָקערט אויף אים דער מלאך-המוות.
צו יענער צײַט האָט מיכאָעלס געהאַט אַ שם סײַ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און סײַ אין אויסלאַנד. אונטער מיכאָעלסעס אָנפֿירונג האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט זיך טיילווײַז טראַנספֿאָרמירט פֿון אַ ריין פּראָפּאַגאַנדיסטישן ביוראָ אין אַ ייִדישער כּלל-אָרגאַניזאַציע. אַ סך ייִדן האָבן זיך געוואָנדן צום קאָמיטעט מיט זייערע אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען, און גאָר ניט זעלטן פֿלעגט אַ בריוו, אונטערגעשריבן דורך מיכאָעלסן, האָבן פּעולה. למשל, אַ משפּחה פֿלעגט צוריק באַקומען די דירה, וועלכע זי האָט פֿאַרנומען פֿאַר דער מלחמה.
אין אויסלאַנד האָט מען זיך מיט מיכאָעלסן באַקענט בעת זײַן הצלחהדיקער רײַזע אין 1943. ער, און זײַן שותּף אין דער נסיעה, דער דיכטער איציק פֿעפֿער, האָבן דעמאָלט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אויך מעקסיקע, קאַנאַדע און ענגלאַנד. נאָך דער נסיעה האָט דער קאָמיטעט באַשלאָסן צו ווענדן זיך צו דער סאָוועטישער רעגירונג מיט זייער אַן ערנסטער, ממש געאָ-פּאָליטישער בקשה: אויפֿצובויען אין קרים אַ ייִדישע רעפּובליק, אַז די ייִדן זאָלן ניט מוזן זיך אומקערן אין די שטעט און שטעטלעך, וווּ אַלץ האָט זיי דערמאָנט אינעם חורבן.
אין די סאָוועטישע הויכע פֿענצטער, בפֿרט בײַ סטאַלינען, איז גאָר ניט צום האַרצן געווען דער נײַער, כּלל-טוערישער פּרצוף פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דעם אַמביציעזן פֿאָרזיצער זײַנעם. איז באַשלאָסן געוואָרן צו ליקווידירן מיכאָעלסן. צוליב דעם טאַקע האָט מען אים געשיקט קיין מינקס, וווּ פֿאַר אים איז שוין צוגעגרייט געוואָרן אַ פּאַסטקע. דאָרטן האָט מען אים דערהרגעט; אָבער אינסצענירט איז עס געווען ווי אַ טראַגישער אינצידענט, כּלומרשט אַן אויטאָ איז אויף אים בײַנאַכט אַרויפֿגעפֿאָרן, אין אַ רויִנירטער געגנט פֿון דער שטאָט.
אַזוי איז מינסק געוואָרן דאָס אָרט, וווּ סטאַלינס אַפּאַראַט האָט אָנגעהויבן צו רעאַליזירן זײַן פּלאַן, וועלכער האָט געפֿירט צו דער פֿולער ליקווידאַציע פֿון ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס. די גזירות האָבן געהאַט אַ טײַערן פּרײַז פֿון צענדליקער מענטשלעכע לעבנס.
דער "סוד" פֿון מאַשע בריסקינאַ
ס׳איז שווער צו "מעסטן" אַנטיסעמיטיזם. אָבער, לויט יעדער מאָס, האָט ווײַסרוסלאַנד לידירט צווישן די סאָוועטישע רעפּובליקן, בפֿרט אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווי אַ ליטמוס-פּאַפּירל, האָט עס אַנטפּלעקט די "פּרשה מאַרק שאַגאַל". אין משך פֿון אַ סך יאָר האָבן די פּאַרטיייִשע פֿירער פֿון ווײַסרוסלאַנד זיך געמיאוסט צו אָנערקענען שאַגאַלן און זײַן שײַכות צו וויטעבסק, אַ שטאָט אין ווײַסרוסלאַנד. עס האָט ניט געהאָלפֿן, וואָס דער גרויסער קינסטלער איז אידעאָלאָגיש געווען אין דעם לינקן לאַגער, ווי מע האָט גערופֿן די סימפּאַטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אָבער נאָך בולטער האָט זיך דער אַנטיסעמיטישער קלימאַט אַנטפּלעקט אין דעם ענין פֿון מאַשע ברוסקינאַ. אַזוי האָט געהייסן דאָס 17־יאָריקע מיידל, וועלכע מע האָט אויפֿגעהאָנגען אין מינסק דעם 26סטן אָקטאָבער 1941, ווען די שטאָט איז געווען אָקופּירט דורך דער דײַטשישער אַרמיי. מאַשע ברוסקינאַ איז געווען אַ מיטגליד פֿון אַן אונטערערדישער גרופּע, וואָס האָט געהאָלפֿן געפֿאַנגענע סאָוועטישע מיליטער־לײַט צו פֿאַרלאָזן די שטאָט.
עס האָבן זיך אָפּגעהיט פֿאָטאָס פֿון דער עקזעקוציע אין אָקטאָבער 1941. זיי זײַנען אַרײַן אין צענדליקער צי אַפֿילו הונדערטער ביכער. מע האָט זיי געוויזן בעת דעם נירנבערגער פּראָצעס. אָבער אומעטום פֿלעגט מען אָנווײַזן, אַז דער נאָמען פֿונעם מיידל איז ניט געווען באַקאַנט. זי איז געווען אַן "אומבאַקאַנטע", און די אידעאָלאָגן האָט עס געלוינט. די זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען וועגן מאַשע ברוסקינאַ, האָבן געהאַט דערנאָך פּראָבלעמען צו געפֿינען אַן אַרבעט. און אַזוי איז עס אָנגעגאַנגען אין משך פֿון יאָרצענדליקער. אין ווײַסרוסלאַנד האָט מען ניט געוואָלט האָבן קיין ייִדישע העלדין.
אין מײַ 2006 האָט מען אַ דענקמאָל, געווידמעט מאַשע ברוסקינאַ, געעפֿנט אין כּפֿר הירוך, וואָס איז אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿון תּל-אָבֿיבֿ. אין אָקטאָבער 2007 האָט אַ גאַס אין ירושלים באַקומען דעם נאָמען פֿון דער העלדין. סוף-כּל-סוף, אין פֿעברואַר 2008, איז דורכגעבראָכן געוואָרן אַ וואַנט אויך אין ווײַסרוסלאַנד: אין מינסק איז אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, אַז די "אומבאַקאַנטע" האָט געהאַט אַ נאָמען.
אַ פֿאָרש-אַרבעט וועגן מינסק
אין 2006 האָט עליסאַ בעמפּאָראַד פֿאַרטיידיקט אין סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע. איר אַרבעט הייסט "רויטער שטערן אויף דער ייִדישער גאַס: די נײַע פֿאָרמען פֿון ייִדישן לעבן אין סאָוועטישן מינסק, 1917—1939" (Red Star on the Jewish Street: The Reshaping of Jewish Life in Soviet Minsk, 1917—1939). עד-היום איז עס דער סאַמע קאָמפּעטענטער טעקסט מכּוח דעם דאָזיקן ייִדישן ייִשובֿ אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות.
עליסאַ בעמפּאָראַד שטרײַכט אונטער די וויכטיקע אייגנאַרטיקייטן פֿון דעם אָביעקט פֿון איר לאַנג־יאָריקער פֿאָרשונג. ערשטנס, האָט מינסק מיט אַ יאָרהונדערט צוריק פֿאַרנומען, לויט דער צאָל ייִדן, דאָס פֿערטע אָרט צווישן די שטעט, וועלכע זײַנען פֿריִער צי שפּעטער אַרײַן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. גרעסער איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געווען נאָר אין אָדעס, ווילנע און קעשענעוו.
מיט אַריבער 40 פּראָצענט ייִדן צווישן די שטאָט-תּושבֿים, איז מינסק געווען, אין אַ היפּשער מאָס, אַ ייִדישע שטאָט. בעמפּאָראַדס אַרבעט ווײַזט, וואָס פֿון דעם אַלטן ייִדישן לעבן האָט זיך אָפּגעהיט און וואָס האָט זיך געביטן אין די סאָוועטישע צײַטן. ווי אַזוי, אַ שטייגער, האָבן זיך געפֿילט די טראַדיציעס פֿון "בונד"? וואָס איז געוואָרן מיטן רעליגיעזן לעבן?
עס ווילט זיך גלייבן, אַז די דיסערטאַציע וועט זיך, סוף-כּל-סוף, באַווײַזן אין אַ בוך-פֿאָרעם.