די קאָנצערט־גרופּע פֿונעם מינסקער "הילל", 2009

דער הײַנטיקער נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט דעם ייִדישן לעבן אין ווײַסרוסלאַנד בכלל און דער הויפּטשטאָט מינסק, בפֿרט. הײַנט, לויטן אָפֿיציעלן אויספֿרעג פֿון יאָר 1999, וווינען אין דער אומאָפּהענגיקער מלוכה אַרום 28 טויזנט ייִדן; אין מינסק — איבער 10 טויזנט. די ייִדישע קוואַלן האַלטן אָבער, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד איז דרײַ מאָל גרעסער. חוץ דער הויפּטשטאָט, זײַנען דאָ קלענערע ייִדישע קהילות אין בריסק, וויטעבסק, האָמלע, מאָגילעוו, גראָדנאָ, באָברויסק, באַראַנאָוויטש און פּינסק — דאָרט האָט אַמאָל געקאָכט דאָס ייִדישע לעבן.

‫ייִדישע מאָזאַיִק

דאָס ייִדישע מיידל מאַשע ברוסקינאַ פֿירט מען צו דער תּליה

דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך געפֿונען אין מאָסקווע. אָבער די געשיכטע פֿון זײַן ליקווידאַציע איז פֿאַרבונדן מיט מינסק. אַהין האָט מען אין יאַנואַר 1948 געשיקט דעם פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. אָפֿיציעל האָט זײַן נסיעה געהאַט דעם ציל פֿון אינספּעקטירן דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה-טעאַטער. מע דערציילט, אַז מיכאָעלס אַליין האָט זײַן שליחות געהאַלטן ווי אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. ער האָט געפֿילט, אַז עס לאָקערט אויף אים דער מלאך-המוות.

קולטור־געשיכטע

ווײַסרוסלאַנד האָט אָנערקענט אָפֿיציעל פֿיר שפּראַכן: ווײַסרוסיש, ייִדיש, רוסיש און פּויליש

א

אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות איז מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד, געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור-טעטיקייט. פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט מינסק ניט געקענט קאָנקורירן מיט ווילנע, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער אָלימפּ פֿון דעם ליטוויש-ווײַסרוסישן ייִדנטום. אָבער דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע און דער צעטיילונג פֿון צאַרישן רוסלאַנד אויף באַזונדערע מדינות. ווילנע איז געוואָרן אַ שטאָט אין פּוילן, בעת מינסק האָט באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ רעפּובליקאַנישער הויפּטשטאָט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

דער ייִדישער דיכטער און פּראָזאַיִקער אײַזיק פּלאַטנער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1895 אין סאָקאָלאָוו־פּאָדליאַסק, פּוילן. זײַנע ערשטע לידער זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער וואַרשעווער אויסגאַבע "ליטעראַרישע בלעטער". אין 1927 פֿאָרט ער אַריבער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און נאָכן פֿאַרענדיקן אַ לערער־סעמינאַר ווערט ער אַ לערער. ער גייט אַרײַן אין באַשטאַנד פֿון דער שרײַבער־גרופּע "יוניאָן־סקווער", שפּעטער פֿון "פּראָלעטפּען".