װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סטאַניסלאַוו סמירנאָוו

סוף אויגוסט, זענען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון די הײַאָריקע פֿילדס־לאַורעאַטן. דער "פֿילדס־מעדאַל" איז די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט צעטיילט איין מאָל אין פֿיר יאָר. דאָס יאָר, האָבן עס באַקומען דער וויעטנאַמיש־פֿראַנצייזישער געלערנטער נגאָ באַאָ טשאַו, פֿאַר זײַנע רעזולטאַטן אין אַלגעבראַיִשער געאָמעטריע; אַ רוסלענדיש־שווייצערישער מאַטעמאַטיקער סטאַניסלאַוו סמירנאָוו, פֿאַר זײַנע ווערק אין סטאַטיסטישער פֿיזיק;

(המשך פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

טעקסט פֿון אַנע ערשלער; בילדער פֿון שי כאַטשאַטוראָוו

גלחות (גאַלכעס)

(המשך פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

טעקסט פֿון אַנע ערשלער; בילדער פֿון שי כאַטשאַטוראָוו

וואָסערע שפּילן האָט איר ליב?

(המשך פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

טעקסט פֿון אַנע ערשלער; בילדער פֿון שי כאַטשאַטוראָוו

(אַ פֿראַגמענט פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

אַנע ערשלער, וואָס האָט געשאַפֿן דעם טעקסט, וווינט אין פּאַריז; שי כאַטשאַטוראָוו, דער מחבר פֿון די בילדער, איז אַ נײַן־יעריקער זון פֿון אירע חבֿרים, וועלכער וווינען אין להבֿים, ישׂראל. די עפּיזאָדן טראַכטן זיי אויס כּסדר, רעדנדיק אויפֿן טעלעפֿאָן.

װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט.

די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV).

נײַעס, װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עודד שראַם

דעם ערשטן סעפּטעמבער איז אומגעקומען עודד שראַם, איינער פֿון די בעסטע הײַנטצײַטיקע מאַטעמאַטיקער. ער איז געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער מומחה אין דער טעאָריע פֿון משמעותדיקייט (probability theory), איינעם פֿון די גרונט-געביטן אין דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. דער טראַגישער אומגליקפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין די בערג, ווען שראַם האָט געפּרוּווט אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן שפּיץ גײַ (Guye), אין די קאַסקאַד-בערג, שטאַט וואַשינגטאָן, ניט ווײַט פֿון סיעטל.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמ­פּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט".

דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן.