- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וועלט איז שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן ריטואַל: די פֿירער, וואָס שטעלן פֿאָר די מעכטיקסטע לענדער, קלײַבן זיך צונויף אין עפּעס אַ סימפּאַטיש און גוט-פֿאַרטיידיקט אָרט, וווּ זיי לייזן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון דער צײַט. אַרום דער דאָזיקער צונויפֿקומעניש פֿירט מען דורך אַנטיגלאָבאַליסטישע מאַניפֿעסטאַציעס, און זשורנאַליסטן פֿון דער גאָרער וועלט פֿאָרן אַהין צו כאַפּן אַ וואָרט מיט די מעכטיקע לײַט. (אַ פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿונעם בולדאָזער־אַטאַק אין ירושלים) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך בין איך געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און דרײַ פֿון אונדזערע מיידלעך, צו גאַסט צו אונדזערע פֿרײַנד. ווען מיר האָבן דערגרייכט די גאַס "שׂרי־ישׂראל", איז געווען אַ גרויסער פֿאַרקער. פּלוצלינג זענען עטלעכע בוי־אַרבעטער צוגעלאָפֿן און געמאַכט העוויות מיט דער האַנט, אַז מיר זאָלן תּיכּף פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. די גאַס איז אָבער געווען אַזוי געפּאַקט מיט אויטאָס, אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען מעגלעך. ווען לעאָנאַ העלמסלי, די האָטעל־באַלעבאָסטע און ביליאָנערין, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן, איז די וועלט שאָקירט געוואָרן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט 12 מיליאָן דאָלער אין איר צוואה פֿאַר איר הינטל "טראָבל" (אַ צרה). איצט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלאָזט איר גאַנץ פֿאַרמעגן, צווישן פֿינעף און אַכט ביליאָן דאָלער, פֿאַר "דער זאָרג און וווילזײַן פֿון הינט". ס‘איז נאָך אַ פֿראַגע צווישן אַדוואָקאַטן, צי מע מוז אויספֿירן פֿרוי העלמסליס "דערקלערונג פֿון שליחות", ווײַל לעגאַל גערעדט, האָט זי דאָס נישט אַרײַנגענומען אין איר צוואה. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט די פֿונדאַציע וואָס די געלטער וועלן גרינדן זײַן איינע פֿון די גרעסטע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע. אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט". דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן. וועלכער ייִד האָט אַמאָל אין ווילנע, און ניט נאָר אין ווילנע, ניט געוווּסט דאָס לידל:
"אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
בלק, דער קיניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם בייזן מכשף בלעם צו שעלטן די ייִדן. בײַם אָנהייב, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים געהייסן דאָס נישט צו טאָן. שפּעטער, ווען בלק האָט געשיקט אַ גאַנצע דעלעגאַציע חשובֿע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעצײַגט דעם מכשף דורכצופֿירן אַ קללה-ריטואַל קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט בלעם זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ נײַער, גאָר אומגעוויינטלעכער שטערונג: זײַן אייזלטע האָט אָנגעהויבן רעדן. אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד". ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. בתיה וואַלדמאַן. רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטיק (1860 — 1914): ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. ריגע, 2008. [אויף רוסיש] די ייִדישע פּרעסע אויף דער רוסישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן און האָט געבליט ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר גאָלדענע תּקופֿה פֿאַלט אויף דער צײַט פֿון פּאָגראָמען און עמיגראַציע, ווען די אַסימילירטע אינטעליגענץ האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט איר באַציִונג צו דעם אייגענעם פֿאָלק. קיין סך שׂכל האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, ניט אַרײַנגעלייגט אין דעם באַשלוס צו פֿאַרברענגען הײַיאָר אַ צענדליק טעג אין סיציליע. למאַי סיציליע? עס האָט געקלונגען אינטערעסאַנט און אַנדערש פֿון די מיטלענדישע מקומות, וווּ מיר זײַנען שוין געווען אין די פֿריִערדיקע יאָרן. האָבן מיר דורך דער אינטערנעץ אויסגעפֿונען אַ באַזונדערע דירה, בײַם סאַמע ים, און עס באַשטעלט דורך אַ בריטישער אַגענץ, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף טוריזם אין סיציליע. געווען איז עס נאָך ווינטערצײַט. עפּיזאָדן פֿון ייִדישן טעאַטער ווי איר ווייסט פֿון מײַנע שרײַבעכצער, האָב איך שטאַרק ליב ייִדיש טעאַטער. בײַ מיר ברעכן זיך די שענק מיט אַלערליי ייִדישע פּיעסעס וואָס אייניקע האָט מען אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. אַנדערע וואַרטן נאָך אויף משיחס צײַטן. איך האָף נאָר אַז עס זאָל נישט זײַן צו שפּעט. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שאַפֿעס וואָס ברעכן זיך מיט עפּיזאָדן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט זייערע גרויסאַרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן מיט פֿאַרנעם, דראַמאַטורגן און קינסטלער. טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דעסערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
|