די פּיאָנערישע רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן: "ראַזסוועט" (אויבן) און "וואָסכאָד" |
בתיה וואַלדמאַן. רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטיק (1860 — 1914): ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. ריגע, 2008. [אויף רוסיש]
די ייִדישע פּרעסע אויף דער רוסישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן און האָט געבליט ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר גאָלדענע תּקופֿה פֿאַלט אויף דער צײַט פֿון פּאָגראָמען און עמיגראַציע, ווען די אַסימילירטע אינטעליגענץ האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט איר באַציִונג צו דעם אייגענעם פֿאָלק. אַזוי אַרום איז דעם פֿענאָמען פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור ניט אָפּצוטיילן פֿון דעם פּאָליטישן קאַמף פֿאַר די גלײַכע רעכט פֿאַר ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע, קעגן אַנטיסעמיטיזם און פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכן פּראָגרעס.
טראַדיציאָנעל איז מען נוהג צו לייענען די ווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור אונטער אַ סאָציאַל־פּאָליטישן קוקווינקל. דאָס נײַע בוך פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָרשערין בתיה וואַלדמאַן איז ניט קיין אויסנאַם. די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמאַטיק באַשטימט אויך איר פּעריאָדיזאַציע פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור׃ פֿון דער השׂכּלה ביז צו דעם אויפֿקום פֿונעם נאַציאָנאַליזם אין די 1880ער, און דערנאָך פֿון 1900 ביז צו דער צײַט פֿון די רעוואָלוציעס. די עסטעטישע און סטיליסטישע אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן צווײַג פֿון דער רוסישער ליטעראַטור איז געגאַנגען אין הסכּם מיט די אַלגעמיינע טענדענצן, פֿון רעאַליזם צו מאָדערניזם. איינצײַטיק זײַנען די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן שטאַרק באַווירקט געוואָרן פֿון די ייִדישע שרײַבער אויף אַנדערע שפּראַכן׃ ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, פֿראַנצויזיש און ענגליש.
אין איר בוך גיט בתיה וואַלדמאַן דעם סאַמע פֿולן איבערזיכט פֿון דער רײַכער און פֿילזײַטיקער ליטעראַרישער פּראָדוקציע, וואָס האָט אויסגעפֿילט טויזנטער זײַטן פֿון רוסיש־ייִדישע פּעריאָדיק אין משך פֿון מער ווי פֿופֿציק יאָר. וואַלדמאַן האָט סיסטעמאַטיזירט דעם דאָזיקן ריזיקן מאַטעריאַל לויט די פּעריאָדן און זשאַנערס: אָריגינעלע פּראָזאַיִשע ווערק פֿון ייִדישע און רוסישע שרײַבער, דיכטונג, איבערזעצונגען, ליטעראַרישע קריטיק און פּובליציסטיק. אַזאַ מין פּאָזיטיוויסטישער צוגאַנג האָט זײַנע מעלות און חסרונות. דאָס בוך איז ניצלעך ווי אַ פּרטימדיקער איבערזיכט, וואָס באַקענט דעם לייענער מיט דער רײַכער קולטורעלער ירושה, אָבער עס איז אַ ביסל קאַרג אויף טעאָרעטישע חקירות. ניט געקוקט אויף דעם, איז דאָס נײַע בוך די סאַמע פֿונדאַמענטאַלע פֿאָרשונג פֿון דער טעמע, און וועט במילא דינען ווי אַ פֿונדאַמענט פֿאַר אַלע ווײַטערדיקע אַרבעטן אינעם דאָזיקן געביט.
די רוסיש־ייִדשע ליטעראַטור האָט ניט געשאַפֿן קיין גרויסע ווערק, וואָס מען קאָן זיי שטעלן לעבן די מײַסטערווערק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. מיט אַזאַ אָפּשאַצונג, וואָס געהערט דעם באַקאַנטן קריטיקער גאָרנֿעלד, זײַנען, דאַכט זיך, מסכּים אַלע פֿאָרשער. דערפֿאַר לייענט מען כּסדר די דאָזיקע ליטעראַטור ווי אַ היסטאָרישער דאָקומענט, וואָס שפּיגלט אָפּ די שטימונגען פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. דערבײַ טיילט מען אויס די נאַציאָנאַלע מאָטיוון, אַזעלכע ווי מיטלײַד צו די אומשולדיקע קרבנות פֿון דער דיסקרימינאַציע און פּאָגראָמען, פּראָטעסט קעגן דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג, קריטיק פֿון אַסימילאַטאָרישע טענדענצן. די אַלע טעמעס זײַנען גאַנץ בולט, אָבער מע מוז ניט באַגרענעצן דערמיט דעם אַנאַליז פֿון די טעקסטן.
חוץ דעם, וואָס די ווערק פֿון רוסיש־ייִדישע מחברים זײַנען כּולל אַ שלל פֿון אינטערעסאַנטע און וויכטיקע פּרטים וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן שטייגער, זײַנען זיי אויך אַ וויכטיקער דאָקומענט פֿון יענעם ספּעציפֿישן אופֿן צו דענקען, וואָס האָט שטאַרק באַווירקט עטלעכע דורות פֿון ייִדישע דעה־זאָגער. כּדי צו פֿאַרשטיין די ייִדישע מענטאַליטעט, ווי זי האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין משך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, מוז מען זיך ווענדן צו די ווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער זשורנאַליסטיק און בעלעטריסטיק פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. דערבײַ גייט די רייד ניט נאָר וועגן אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן ווי בן־עמי, ש. אַנ-סקי אָדער ש. דובנאָוו, אָבער אויך וועגן די פֿאַרגעסענע מחברים, ווי דער צוויי-שפּראַכיקער שרײַבער יעקבֿ ראָמבראָ (מער באַקאַנט אונטער זײַן אַמעריקאַנער פּען־נאָמען פֿיליפּ קראַנץ), דער ראָמאַניסט סערגיי יאַראָשעווסקי, ווי אויך די ערשטע פֿרויען-שרײַבערינס׃ איראַ יאַן (וועלכע האָט געשריבן אויף רוסיש און העברעיִש), ראַשעל כין און אַנדערע. זייער וויכטיק זײַנען אויך די רוסישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש און העברעיִש, ווײַל כּסדר האָט מען זיי געמאַכט אונטער אַ דירעקטער השגחה מצד דעם מחבר׃ מענדעלע, שלום־עליכם, ברענער, ביאַליק און טשערניכאָווסקי. אָן די דאָזיקע איבערזעצונגען קאָן מען ניט פֿאַרשטיין ווי עס געהערט צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור.
די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור שטעלט פֿאַרן פֿאָרשער אַ ריי אינטערעסאַנטע טעאָרעטישע פֿראַגעס, בפֿרט ווען מען נעמט אַראָפּ די אידעאָלאָגישע ברילן. ווי אַזוי האָט מען קאָנסטרויִרט די באַזונדערע "קליינע ליטעראַטור" אינעם ברייטערן גערעם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור? וועלכע סטיליסטישע מיטלען האָט מען גענומען און וועלכע ניט גענומען? וואָס פֿאַר אַ מין קולטורעלע "שליסלען" האָט מען גענוצט, כּדי צו ווענדן זיך דירעקט צו די "אייגענע" און פֿאַרבײַ די "פֿרעמדע"? וואָס פֿאַר אַ השפּעה האָבן די ייִדישע ליטעראַטורן אויף אַנדערע שפּראַכן געהאַט אויף דער רוסישער ליטעראַטור? כּדי צו פֿאַרענטפֿערן אָט די פֿראַגעס, דאַרף מען איבערלייענען הונדערטער נומערן פֿון די אַלטע רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן, אַנאַליזירן ליטעראַרישע געשטאַלטן און מעטאַפֿאָרן, פֿאַרגלײַכן די ווערק אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. דאָס בוך פֿון בתיה וואַלדמאַן וועט אויף לאַנגע יאָרן פֿאַרבלײַבן אַ וויכטיקער וועגווײַזער אין אָט דעם געביט. די איינציקע צרה איז צו קריגן דאָס בוך, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אויף אַ פּריוואַטן חשבון אין ריגע מיט אַ קליינעם טיראַזש און איז גלײַך געוואָרן אַ יקר-המציאה.