טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דעסערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
1 לעפֿל צוקער
אַ פֿערטל קאַווענע (אַרבוז)
1/2 טעפּל פֿעטאַ־קעז
2 לעפֿל צעריסענע מינץ־בלעטער
מישט צונויף דעם עסיק און צוקער אין אַ קליינעם טאָפּ, איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז עס וועפּט זיך אויס אַ העלפֿט דערפֿון און עס ווערט געדיכט, אַזוי ווי סירופּ — בערך 4 מינוט.
צעשנײַדט די קאַווענע אויף אַכט רעפֿטלעך, בערך 4 אינטשעס (10 צענטימעטער) אויף 2 אינטשעס (5 צענטימעטער). לייגט צוויי רעפֿטלעך אַרײַן אין יעדן טעלערל, און באַגיסט זיי מיטן סאָוס. באַשפּרענקלט די קאַווענע מיטן פֿעטאַ־קעז און מינץ, און דערלאַנגט צום טיש.