פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

דעם לאָזונג האָט געשאַפֿן אַ מײַסטער פֿון דער רוסישער שפּראַך — דער שרײַבער מאַקסים גאָרקי. אַזוי האָט ער אָנגערופֿן זײַן אַרטיקל, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין נאָוועמבער 1930. אָבער אַ סך מענטשן זײַנען זיכער, אַז די ווערטער געהערן צו סטאַלינען, ווײַל זיי האָבן טאַקע אָפּגעשפּיגלט דעם בלוטדאָרשטיקן כאַראַקטער פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים. טאָמער אַ מענטש איז דעפֿינירט געוואָרן ווי אַ שׂונא, איז פֿאַרפֿאַלן — האָט מען זיך שוין מיט איר צי מיט אים ניט גע­צאַצקעט.

דאָס איז די געשיכטע. די הײַנטיקע צרה איז, אַז די רוסישע רעגירונג וויל ניט אָנערקענען אַ סך פֿאַרברעכנס פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים. די דאָזיקע "היסטאָרישע" פּראָבלעמען סמען אָפּ אויך אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונ­גען פֿון רוסלאַנד. אַזוי איז עס, אַ שטייגער, מיט דעם "האָלאָדאָמאָר" אין אוקראַיִנע, ווי אויך מיט דער טראַ­געדיע אין קאַטין — אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר פּוילן. דער נײַער פֿילם, "קאַטין", פֿון דעם באַרימטן פּוילישן רעזשיסאָר אַנדזשיי ווײַדאַ, האָט ווידער געמאַכט אַקטועל דיסקוסיעס וועגן אָט דער מאַסן-הריגה. ווײַדאַס פֿאָטער איז געווען צווישן די אומגעבראַכטע.

די רייד גייט וועגן בערך 22,000 אויסגעהרגעטע פּוילישע מיליטערלײַט, אינטעליגענטן און אַנדערע גע­פֿאַנגענע. די געשעענישן האָבן זיך אָנגעהויבן אין סעפּ­טעמבער 1939, ווען די דײַטשישע און סאָוועטישע אַרמייען האָבן צעשניטן פּוילן אויף צוויי חלקים, לויט דעם אָפּמאַך וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון "מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט". בשעת דער דאָזיקער גאַמביט-אָפּעראַ­ציע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט די רויטע אַרמיי גענומען אין געפֿאַנגעניש אַ פֿערטל מיליאָן פּוילישע מיליטערלײַט און אַנדערע אוניפֿאָרמירטע יחידים — פּאָליציאַנטן, תּפֿיסה-אָנגעשטעלטע וכ׳.

צו האַלטן אַזאַ צאָל מענטשן איז געווען אוממעגלעך אַפֿילו פֿאַר דער ריזיקער סאָוועטישער רעפּרעסיווער מאַשין. האָט מען אַ העלפֿט פֿון די געפֿאַנגענע, דער עיקר די סאָלדאַטן און סערזשאַנטן, פּשוט געלאָזט גיין אַהיים. אַ היפּשע צאָל פֿון די, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון די טעריטאָריעס מחוץ דעם סאָוועטישן קאָנטראָל, האָט מען געשיקט אויף דער דײַטשישער זײַט, און די דײַטשן האָבן געשיקט אויף דער סאָוועטישער זײַט די געפֿאַנגענע תּושבֿים פֿון די נײַע סאָוועטישע שטחים. שפּעטער האָט מען באַפֿרײַט אויך אַ טייל פֿון דעם עולם, וואָס מע האָט תּחילת פֿאַרהאַלטן אין די לאַגערן. אָבער די גענעראַלן און אָפֿיצירן האָט מען געוויינטלעך ניט אָפּגעלאָזט. דערווײַל האָט מען אַרעסטירט אויך אַנדערע מינים "שׂונאים", בפֿרט די כּלל-טוער, מיטגלידער פֿון ניט-קאָ­מוניסטישע באַוועגונגען.

אין אַפּריל און מײַ 1940 האָט מען שטילערהייט דורכגעפֿירט אַן אָפּעראַציע פֿון פֿאַרניכטן אַ גרויסן טיילן פֿון די אַרעסטירטע: קאָמאַנדעס פֿון די סאָוועטישע זיכערקייט-אָרגאַנען האָבן דערשאָסן 14,552 מיליטערלײַט און 7,305 אַנדערע אַרעסטירטע. געטאָן האָט מען עס לויט דירעקטע אינסטרוקציעס פֿון מאָסקווע, אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿונעם לאַנד. קאַטין, אַ וואַלד ניט ווײַט פֿון דער מערבֿ-רוסישער שטאָט סמאָלענסק, איז געווען צווישן די דאָזיקע ערטער. קאַטין סימבאָליזירט די טראַגעדיע, ווײַל דאָרטן האָט מען צום ערשטן מאָל אַנטפּלעקט די קבֿרים. געשען איז עס בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון דער געגנט, און די דײַטשן האָבן דעם ענין ברייט אויסגענוצט אין זייער פּראָפּאַגאַנדע. דער סאָוועטישער צד האָט עס קאַטעגאָריש געלייקנט, און באַשולדיקט די דײַטשן. מע האָט געפּרוּווט עס אַפֿילו אַרײַנצושטעלן אין דעם באַשלוס פֿונעם ניורנבערעגער פּראָצעס. אַזוי האָט עס געדויערט אַזש ביז דער פּערעסטרויקע. דעם 13טן אַפּריל 1990 האָט די סאָוועטישע רעגירונג סוף-כּל-סוף אָנערקענט די קאַטינער הריגה ווי אַ פֿאַרברעכן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים.

אָבער רוסלאַנד זאָגט זיך אָפּ דערווײַל פֿון אַן אָפֿי­ציעלער רעהאַביליטאַציע פֿון די אומגעבראַכטע פּוילישע בירגער (צווישן זיי זײַנען געווען אויך ייִדן און פֿאָר­שטייער פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס). אַ סבֿרא, אַז — אַ חוץ דער אידעאָלאָגישער זײַט פֿון דער פֿראַגע – האָט מען אויך מורא, אַז רעהאַביליטאַציע קען עפֿענען אַ דירעקטן וועג אויסצוצאָלן גרויסע פֿינאַנציעלע קאָמפּענ­סאַציעס. אַזוי צי אַזוי, אָבער די רוסישע פּראָקוראַטור שפּילט אין סודות: מע טענהט, אַז דער גאַנצער ענין בלײַבט נאָך אַלץ קלאַסיפֿיצירט ווי אַ "געהיימער" צי "שטרענג געהיימער". דערפֿאַר קען מען ניט באַקומען די נייטיקע אַרכיוון-מאַטעריאַלן. מע קען ניט אויך קלאָר אָנרופֿן די לײַט, וועלכע טראָגן פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר אָט דעם פֿאַרברעכן.

אָבער די גרופּע קרובֿים פֿון די אומגעבראַכטע, בראָש מיטן קראָקער פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אירענעוזש קאַמינסקי, קלײַבט זיך ניט מאַכן אַ שווײַג. טאָמער וועט די רוסישע לעגאַלע סיסטעם האַלטן אין איין סאַבאָטירן די אויספֿאָרשונג פֿון די אַכזריותדיקע געשעענישן פֿון 1940, וועלן זיי זיך ווענדן צום אייראָפּעיִשן געריכט, אין שטראַסבורג. עס וועט קומען די צײַט, ווען די "געהיימע" אַרכיוון-טעקעס וועלן ווערן צוטריטלעך.