קהילה־לעבן

קיין סך שׂכל האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, ניט אַרײַנגעלייגט אין דעם באַשלוס צו פֿאַרברענגען הײַיאָר אַ צענדליק טעג אין סיציליע. למאַי סיציליע? עס האָט גע­קלונגען אינטערעסאַנט און אַנדערש פֿון די מיטלענדישע מקומות, וווּ מיר זײַנען שוין געווען אין די פֿריִערדיקע יאָרן. האָבן מיר דורך דער אינטערנעץ אויסגעפֿונען אַ באַזונדערע דירה, בײַם סאַמע ים, און עס באַשטעלט דורך אַ בריטישער אַגענץ, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף טוריזם אין סי­ציליע. געווען איז עס נאָך ווינטערצײַט. ס'איז געווען שוין וועסנע, ווען פֿון דער אַגענץ האָט מען אונדז אָנגעקלונגען און געזאָגט, אַז די געגנט, וווּ עס געפֿינט זיך די דירה, וועט מוזן איבערלעבן אַ שטיקל רעוואָלוציע — מע וועט אַהין דורכפֿירן אַ צענטראַליזירטע קאַנאַליזאַציע, און ווײַל דאָס וועט פֿאָרקומען אין סיציליע, טאָר מען זיך ניט פֿאַרלאָזן אויף די צוזאָגן, אַז ביז יוני וועט מען עס פֿאַרענדיקן. הקיצור, האָט מען אונדז פֿאַר די זעלבע געלטער גע­געבן אַ גאַנצע ווילע, מיט פֿיר שלאָפֿצימערן, ניט ווײַט פֿון דער שטאָט סיראַקוזע.

וועגן דער דאָזיקער שטאָט האָב איך גע­הערט זייער ווייניק, אַ חוץ דעם וואָס אַזאַ אָרט עקזיסטירט און וואָס דאָרטן האָט געלעבט (און איז, נעבעך, אומגעקומען, מיט 22 יאָרהונדערט צוריק) אַרכימעדעס. אַ סך מער האָט מיך פֿאַרבונדן דאָס שטעטל סיראַקוזע אין דעם שטאַט ניו-יאָרק, וווּ איך בין אַ מאָל געווען און וווּ ס'איז אַרויס מײַנס אַ בוך — דער פֿאַרלאַג פֿונעם היגן אוניווערסיטעט האָט אַ גוטע ייִדישע סע­ריע. הקיצור, די סיציאַליאַנער סיראַקוזע איז פֿאַר מיר תּחילת געווען פּשוט אַ פּונקט, לעבן וועלכן עס האָט זיך געפֿונען די ריזי­קע ווילע, וואָס מיר האָבן באַקומען אַ דאַנק דעם דורכלייגן אַ קאַנאַליזאַציע. אַגבֿ, אין דער ווילע איז קיין קאַנאַליזאַציע דווקא ניט געווען. וואַסער האָט מען אַרײַנגע­גאָסן אין אַ ציסטערנע; פֿון אַן אַנדער ציסטער­נע האָט מען צוגענומען דעם קאַנאַליזאַציע-פּראָדוקט, און גאַז האָט מען אויך געבראַכט אין אַ ציסטערנע. דאָס איז ניט געווען אונדזער דאגה, מיר האָבן עס אַלץ אַפֿילו ניט געזען. איך דערמאָן עס נאָר כּדי אילוסט­רירן דעם ציוויליזאַציע-ניוואָ אין סיציליע.

עפּעס אַ ווילדקייט, אַ ניט-אין-גאַנצן-אייראָפּעיִשקייט, פֿילט זיך דאָרטן. איין קלייניקייט — נאָך אָנהייב די 1990ער יאָרן וואָלט גע­ווען ניט קלוג צו פֿאָרן אַהין. אין פּאַלערמאָ, אַ שטייגער, האָט מען דעמאָלט געהאַט בײַ נאַכט אַ קאָמענדאַנטן-שעה. זינט יענער צײַט האָט זיך די מאַפֿיע אײַנ­גע­שטילט, אָבער מע זאָגט, אַז נאָך איצט צאָלט כּמעט יעדער געשעפֿט די מאַפֿיע-יאַטן בערך אַ צען פּראָצענט פֿונעם רווח.

ס'איז, בכלל, אַ מאָדנע אָרט, וואָס איז באַפֿעלקערט מיט מאָדנע מענטשן. אַזוי זײַנען זיי זייער פֿרײַנדלעך, כאָטש רעדן מיט זיי האָבן מיר ניט געקענט — מיר קע­נען ניט קיין איטאַליעניש, און זיי קענען בדרך-כּלל רק איטאַליעניש. אַ שאָד, וואָס קיי­נער האָט ניט פֿילמירט די שטומע סצענעס, ווען איך האָב קאָמוניקירט מיט אַ גערטנער פֿון אַ בשכנותדיקער ווילע, פּרוּוונדיק צו זאָגן אים אַז בײַ אונדז איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן די עלעקטרע, אָדער ווען מײַן ווײַב האָט קאָ­מוניקירט מיט אַ פֿאַרקויפֿערין, בעטנדיק, זי זאָל אונדז געבן מאַסלינעס אָן קערלעך. סײַ דער גערטנער, סײַ די פֿאַרקויפֿערין האָבן געלאַכט צוזאַמען מיט אונדז.

אָבער ווען אַ סיציליאַנער כאַפּט זיך צו צום רודער פֿון זײַן אויטאָ, נעמט ער ניט קיין געפֿאַנגענע. מיר איז אויסגעקומען צו פֿאָרן מיט אויטאָס אין פֿאַרשיידענע לענ­דער, בתוכם אין איטאַליע, אָבער אין די צפֿונ­דיקע טיילן אירע. מע קען זאָגן אַזוי: אין פֿאַרגלײַך מיט סיציליע, איז אַפֿילו ישׂראל אַ מוסטער פֿון זייער אַ רויִקער אויפֿפֿירונג אויף די וועגן. איך האָב ניט באַמערקט, אַז אַ סיציליאַנער זאָל פֿאָלגן די צייכנס, וואָס ווײַזן ווי אַזוי צו פֿאָרן. זיי טוען עס אַזוי, ווי עס פֿאַלט אויף זיי אָן אין דעם דאָזיקן מאָמענט. די בריטישע טוריסטי­שע אַגענץ האָט אונדז געעצהט: expect the unexpected, דערוואַרט דאָס וואָס עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל צו דערוואַרטן. וואָלט איך געהאַט דעם טאַלאַנט פֿון אַ גרויסן שרײַבער, וואָלט איך אפֿשר באַשריבן, ווי אַזוי איך בין סוף-כּל-סוף אַרויסגעפֿאָרן פֿון אַ פּאַרקיר־אָרט אויף אַ גאַס, וווּ עס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן שטראָמען פֿון אויטאָס גלײַך פֿון דרײַ אַנדערע מיטלעלטעריש-שמאָלינקע גאַסן פֿון סיראַקוזע. אָבער איך האָב ניט אַזאַ טאַלאַנט. בלויז איין זאַך וועל איך יאָ דערמאָנען: מײַן ווײַב האָט עטלע­כע מאָל שיִער ניט געחלשט.

סיראַקוזע איז מיר געפֿעלן געוואָרן, כאָטש זייער אַ סך הײַזער האָט מען דאָרטן ניט געפֿאַרבט זינט די צײַטן, ווען מע האָט געהרגעט אַרכימעדעסן. אַנדערע הײַזער האָט מען ניט געפֿאַרבט, דאַכט זיך, זינט די צײַטן, ווען מע האָט פֿון דער שטאָט אַרויס­געטריבן אַלע ייִדן. יאָ, לאָזט זיך אויס, אַז ס'איז אַ שטאָט מיט אַ ייִדישער געשיכ­טע. אַ מאָל, מיט זיבן צי מער יאָרהונדערט צוריק, איז יעדער פֿער­טער סיראַקוזער תּושבֿ גע­ווען אַ ייִד. אַ צענדליק גאַסן, געסלעך און זאַוווּליקעס טראָגן נאָך איצט אין זייער נאָמען דאָס וואָרט Giudecca, וואָס איז אַ סימן, אַז דאָס איז די געוועזענע ייִדישע געגנט. דאָס ייִדישע לעבן האָט אין גאַנץ סיצי­ליע זיך אָפּגעשטעלט בעת דעם גירוש-שפּאַ­ניע, ווײַל סיציליע איז פּונקט דעמאָלט גע­ווען אַ שפּאַנישע קאָלאָניע.

אין די 1980ער, האָט אַ היגע פֿרוי גע­קויפֿט אַן אַלטן "פּאַלאַצאָ" אין דער גע­ווע­זענער ייִדישער געגנט, כּדי עס איבער­צו­בויען אין אַ האָטעל. און זי האָט עס טאַקע שיין געמאַכט. בײַם איבערבויען האָט מען אַנטפּלעקט אַ מיקווה, טיף אונ­טער דער ערד. מע טענהט, אַז ס'איז, אַ פּנים, די עלטסטע מיקווה אין אייראָפּע, לכל-הפּחות פֿון אַזאַ גרייס און אין אַזאַ גוטן מצבֿ. מיר האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער דאָזיקער מיקווה. כ'האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז איך לאָז זיך אַראָפּ ניט נאָר אין אַ טיפֿעניש פֿון צענד­ליקער מעטער, נאָר אויך טיף אין דער צײַט.

וואָס שייך מיקוואָות, איז יוני געווען אַ מזלדיקער חודש בײַ מיר. אין דעם דאָזיקן חודש האָט מען אין אָקספֿאָרד געעפֿנט אַ מיקווה. דער היגער ליובאַוויטשער שליח האָט דורכגעפֿירט דעם פּראָיעקט, אין גאַנצן פֿאַר אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר — אַ קלייני­קייט! טאָמער אַ ייִדישע קהילה וועט זיך אַ מאָל פֿונדעסטוועגן באַווײַזן אין סעראַקוזע, וועט עס זײַן גרינגער און ביליקער צו מאַכן.