פּובליציסטיק
לעאָנאַ העלמסלי מיט איר הינטל
לעאָנאַ העלמסלי מיט איר הינטל

ווען לעאָנאַ העלמסלי, די האָטעל־באַלעבאָסטע און ביליאָנערין, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן, איז די וועלט שאָקירט געוואָרן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט 12 מיליאָן דאָלער אין איר צוואה פֿאַר איר הינטל "טראָבל" (אַ צרה). איצט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלאָזט איר גאַנץ פֿאַרמעגן, צווישן פֿינעף און אַכט ביליאָן דאָלער, פֿאַר "דער זאָרג און וווילזײַן פֿון הינט".

ס‘איז נאָך אַ פֿראַגע צווישן אַדוואָקאַטן, צי מע מוז אויספֿירן פֿרוי העלמסליס "דערקלערונג פֿון שליחות", ווײַל לעגאַל גערעדט, האָט זי דאָס נישט אַרײַנגענומען אין איר צוואה. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט די פֿונדאַציע וואָס די געלטער וועלן גרינדן זײַן איינע פֿון די גרעסטע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע. זעט אויס, אַז די וואָס וועלן אויספֿירן אירע וווּנטשן וועלן ברייט אויסטײַטשן איר וווּנטש צו געבן דאָס געלט "לטובֿת הינט", אָבער ווי ברייט, ווייסט מען נאָך נישט.

מיר, אין דער פֿינאַנציעל אָרעמער ייִדישער קולטורוועלט, האָבן זיך גיך אָנגעכאַפּט אין דער מעגלעכקייט, אַז מע קען, אַ דאַנק דעם "ברייטן אויסטײַטש", מאַכן אַ סוף פֿון אונדזער הינטיש לעבן. מע דאַרף נאָר צוקומען צום ריכטיקן מענטש און זיי איבעררעדן, אַז ייִדיש און הינט גייען צוזאַמען ווי די תּורה מיט רש״י.

האָבן מיר אָנגעקלונגען צו דער היים פֿון די העלמסליס, גרייט מיט אונדזערע פּלענער. מיר האָבן נישט געוווּסט אויף וואָס פֿאַר אַ ברוך־הבא זיך צו ריכטן. העלמסלי איז געווען טאַקע אַ ייִדישקע (ראָזענטאַל פֿון דער היים), אָבער האָט אויך געהאַט אַ שם ווי איינע פֿון די ערגסטע באַלעבאָסטעס אין דער וועלט־געשיכטע. אין 1990 האָט מען געוויזן אַ פֿילם וועגן איר אויף טעלעוויזיע מיטן טיטל "לעאָנאַ העלמסלי — די מלכּה פֿון אַכזריות". זי איז געוואָרן אַ סימבאָל אין די אויגן בײַ אַלע אַמעריקאַנער פֿון גאווה און בייזקייט. איר מאַן, האַרי, דער אונטערנעמער וואָס האָט זיך אויפֿגעבויט אַן אימפּעריע אין ניו־יאָרק, איז געשטאָרבן אין 1997; זי איז געוואָרן וואָס מער עקצענטריש אויף דער עלטער און אַפֿילו עובֿר געווען דאָס שטײַערן־געזעץ און געזעסן אין תּפֿיסה.

מיר האָבן געהאַט איין מעגלעכן קאָנטאַקט מיט לעאָנאַ העלמסלי — דער פּיאַניסט אירווינג פֿילדס, ער זאָל לעבן און געזונט זײַן, וואָס איז 93 יאָר אַלט. פֿילדס האָט אין די 1950ער און 1960ער יאָרן אַרויסגעגעבן קלאַסישע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע מעלאָדיעס צו טראָפּישע ריטמען. אַפֿילו אין אַזאַ טיפֿער עלטער האָט פֿילדס געפֿונען חן אין די אויגן פֿון לעאָנאַ העלמסלי און איז געוואָרן איר פּערזענלעכער פּיאַניסט אין אירע לעצטע יאָרן. פֿילדס האָט אויך ביז מיט עטלעכע יאָר צוריק געשפּילט בײַם סוף־סעזאָן־באַנקעט פֿון די "ייִדישע אַקטיאָרן און פֿרײַנד" אין ניו־יאָרק. לסוף האָבן מיר באַשלאָסן נישט אַרײַנצומישן פֿרײַנד פֿילדס, און קלינגען ווי אַן אַפֿיצילע דעלעגאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור.

ווען מיר האָבן געקלונגען צו די עקזעקוטאָרן פֿון דער צוואה האָט מען אונדזער בקשה זיך צו טרעפֿן תּיכּף אָפּגעזאָגט — קיין צײַט האָבן זיי נישט פֿאַר אונדז; אָבער, אויב מיר ווילן, קענען מיר רעדן מיט לעאָנאַ העלמסליס מיליאָנער־הינטל, "טראָבל", און זאָל ער באַשליסן וועגן אַ בײַשטײַער פֿאַר דער ייִדישער קולטור.

נו, האָבן מיר געטראַכט, אַ מיליאָנער איז אַ מיליאָנער — אַז מע וויל דעם גנבֿ, שנײַדט מען אים פֿון דער תּליה. האָבן מיר אָפּגערעדט אַ צײַט מיט דער סעקרעטאַרשע פֿון "טראָבל" און זענען געקומען צו אים אין האָטעל. ווען מיר זענען אַרײַן אינעם הונטס סוויטע, האָב איך באַמערקט אַ מזוזה אויף דער טיר — האָט מײַן האַרץ זיך געפֿרייט — בטחון! אַ ייִדישע קישקע קען מען נישט אָפּשאַצן.

"טראָבל", אַ מאַלטעסער מין הונט, איז נישט געווען אַליין. נאָך דעם ווי די וועלט האָט זיך דערוווּסט, אַז ער האָט געירשנט די מיליאָנען האָבן שלעכטע מענטשן אָנגעקלונגען און געסטראַשעט אים צו הרגענען. האָבן די עקזעקוטאָרן באַשלאָסן אָנצושטעלן אַ זיכערקייט־מאַנשאַפֿט אים צו היטן פֿאַר אַ קאָסט פֿון 100,000$ אַ יאָר. זיי האָבן אונדז באַטאַפּט, געזען, אַז מיר האָבן נישט קיין וואָפֿנס און מע האָט זיך געזעצט מיט "טראָבל" פֿאַר אַ סעסיע שנאָרערײַ.

איך האָב אָנגעהויבן צו רעדן: "פֿרײַנד טראָבל, מיר זענען געקומען..." האָט דער הונט מיך איבערגעהאַקט: "נו, נו, די ייִדיש־וועלט האָט זיך מיט אַ מאָל אינטערעסירט מיטן וווילזײַן פֿון הינט. וועמען ווילט איר פֿירן אין באָד אַרײַן? איך ווייס דען נישט, אַז ייִדן האָבן פֿײַנט הינט, אַז אין שטעטל האָבן נאָר די גויים ליב געהאַט מײַנע זיידעס און באָבעס?"

איך בין נישט געווען גרייט אויף אַזאַ אַטאַקע, האָב איך געשטאַמלט —"אמת, אמת, הונדערט פּראָצענט אמת, אַז בדרך־כּלל, האָבן די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע נישט געהאַט קיין הינט, אָבער היסטאָרישע און סאָציאַלע באַדינגען האָבן דערפֿירט צו אַזאַ מצבֿ און מיר ייִדן זענען גאָט די נשמה שולדיק. די פּריצים האָבן פֿאַרמאָגט די הינט, און זיי האָבן כּסדר באַפֿאַלן די ייִדן מיט זייערע הינט, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק, מורא באַקומען פֿאַר זיי, און די מורא פֿאַר הינט איז מיט דער צײַט אַרײַן אין אונדזערע ביינער".

"איר זאָגט ‘מורא באַקומען’, אָבער איר וואָלט געדאַרפֿט צוגעבן ‘פֿײַנט האָבן’! גיט אַ קלער אַרײַן אין אײַער מאַמע־לשון, וואָס סע זאָגט זיך דאָרטן וועגן הינט. וואָס קען זײַן ערגער ווי אָנרופֿן אַ פֿרוי אַ כּלבֿטע? און איך האָב אַליין געהערט ווי איין ייִד שעלט אַן אַנדערן ווי אַ ‘הינטישע יצירה’!".

"אפֿשר האָט איר שלעכט פֿאַרשטאַנען דאָס ווערטל", האָב איך אים געפּרוּווט געבן צו פֿאַר­שטיין. "אַזאַ וואָרט ווי ‘יצירה’ ניצט מען אויף וווּנדערלעכע אָדער אויסערגעוויינטלעכע זאַכן".

"טראָבל" איז נישט געווען צופֿרידן און האָט פֿאַרלוירן זײַן געדולד. "איך בין נישט קיין תּם פֿון דער מה־נשתּנה. איך האָב אויך געהערט ווי לעאָנאַ רופֿט איר אייגן מאַן, ע״ה, אַ כּלבֿ־שבכּלבֿים, און זי האָט נישט געשמייכלט דערבײַ!"

האָב איך געענטפֿערט "אַהאַ! דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. זעט איר שוין אַז ווען זי וואָלט יאָ געשמייכלט דערבײַ, וואָלטן די זעלבע ווערטער געמיינט פּונקט להיפּוך. ווערטער זענען נאָר ווערטער, עס ווענדט זיך ווי מע רעדט זיי אַרויס און ווי מע טײַטשט זיי אויס".

"לאָמיך אײַך עפּעס זאָגן, ר׳ שנאָרער", זאָגט צו מיר ר׳ טראָבל. "איר מיינט, אַז איך בין ווערט 12 מיליאָן דאָלאָר, ווײַל אַזוי פֿיל האָט לעאָנאַ מיר איבערגעלאָזט. זענען אָבער געקומען מײַנע כּלומרשטע גוטע־פֿרײַנד און געפּועלט בײַם געריכט, אַז מיט נאָר 2 מיליאָן דאָלער קען איך אויסלעבן מײַנע הינטישע יאָרן. בין איך יענע וואָך געוואָרן מיט 10 מיליאָן דאָלער אָרע­מער. געלט איז קײַלעכדיק מײַן פֿרײַנד! ווי זאָגט מען ‘ניטאָ אַזוי אָרעם ווי אַ הונט און אַזוי רײַך ווי אַ חזיר!’"

איך האָב געפֿילט, אַז די עטלעכע מינוט וואָס "טראָבל" איז גרייט מיט אונדז צו פֿאַרברענגען קומען באַלד צון אַ סוף, האָב איך גיך געפּרוּווט אַרײַנקוועטשן מײַנע ייִדיש־הינטישע קולטור־געדאַנקען, ער זאָל זיי אויסהערן. "לאָמיך אײַך, על־רגל־אַחת, אויסמאָלן עטלעכע אונטערנעמונגען, וואָס איר וואָלט געקענט שטיצן — אַן אינסצענירונג פֿון כאַווער פּאַווערס קינדער־דערציילונג ‘לאַבזוק’; אַ ספּעציעלן נומער ‘צוקונפֿט’ אויף דער טעמע ‘דער הונט אין דער ייִדישער ליטעראַטור’; אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער וועגן הינט..."

"טראָבל" האָט געגענעצט און איז אָן אַ וואָרט אַרויס פֿון צימער און מיך געלאָזט זיצן אין מיטן זאַץ. ער איז נישט צוריק זיך געזעגענען און די זיכערקייט־מאַנשאַפֿט האָט מיר געוויזן דעם וועג. "פֿון אַ הונט קען מען אַפֿילו קיין גוטן פּעלץ ניט מאַכן!" האָב איך צו זיך געטראַכט. אָבער איך האָב נישט אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג, אַז די ייִדישע קולטור קען נאָך אָפּלעקן אַ ביינדל פֿון דעם הונטס עשירות.