געגרינדעט ווי אַ קינדערהיים פֿאַר ייִנגלעך בײַ דער געזעלשאַפֿט |
וועלכער ייִד האָט אַמאָל אין ווילנע, און ניט נאָר אין ווילנע, ניט געוווּסט דאָס לידל:
"אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי מיט די קליינע קינדערלעך
לערנט אַלף־בית".
דאָס ליד האָבן געקענט אַלע, ווײַל אַלע ייִדישע קינדערלעך האָבן טאַקע באמת געלערנט דעם אַלף־בית. אין זײַן בוך "ליטוואַקעס" (אויף ליטוויש און ענגליש, ווילנע, 2005) האָט ד"ר ישׂראל לעמפּערט געשריבן: "אַ הייליקע זאַך פֿאַרן ליטוואַק איז געווען צו לערנען זײַנע קינדער. די ייִדן זײַנען געווען די איינציקע, פֿאַר וועמען לערנען די ייִנגלעך איז געווען אָבליגאַטאָריש. די שכנישע פֿעלקער האָבן נאָך ניט געטרוימט וועגן אָבליגאַטאָרישער בילדונג. די ייִדישע מיידלעך האָט מען געלערנט אין דער היים. היות ווי דאָס לערנען די ייִנגלעך איז געווען טראַדיציאָנעל אָבליגאַטאָריש, איז ניט געווען קיין איין שטעטל, וווּ ס'איז ניט געווען קיין חדר. דאָס לערנען אין חדר פֿלעגט זיך אָנהייבן פֿון 3־4 יאָר און פֿלעגט דויערן ביז אַ יאָר 13, ביז פֿול־יאָריקייט".
אַזוי איז געווען ניט נאָר בײַ די ליטוואַקעס, נאָר בײַ די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַזוי ווי מיט לאַנדווירטשאַפֿט זיך צו פֿאַרנעמען האָט מען ייִדן ניט געלאָזט, און זיי זײַנען קיין מאָל ניט געווען זיכער, אַז מען וועט זיי מאָרגן בכלל ניט אַרויסטרײַבן, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז אַ ייִד, כּדי אויסצולעבן, דאַרף האָבן אָדער אין קעשענע, אָדער אין קאָפּ. אַזוי ווי אין קעשענע האָבן געהאַט געציילטע, האָבן אַלע איבעריקע זיך באַמיט צו האָבן אין קאָפּ, דאָס הייסט, זיך לערנען. אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז ברייט באַוווּסט, אַז רוסישע גובערנאַטאָרן האָבן געהאַלטן בײַ זיך די אַזוי־גערופֿענע "געלערנטע ייִדן" (איך וועל אַריבערשפּרינגען אַ גרויסן מהלך און זאָגן, אַז בעת רער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן ייִדן אין די געטאָס געהיים געלערנט די קינדער. ייִדישע לערער האָבן ריזיקירנדיק מיטן לעבן, אָרגאַניזירט אין די געטאָס געהיימע קלאַסן).
מײַן זיידע חיים־אײַזיק גאָרדאָן איז שוין געווען אויף אַזוי פֿיל געבילדעט, אַז ער איז איינער אַליין אַוועקגעפֿאָרן קיין דרום־אַפֿריקע מאַכן געשעפֿטן און אָפּגעווען דאָרט זעקס יאָר. דער צווייטער זיידע אַהרן (אַרטשיק) גאַראָן איז אין מאַליאַט, אַ שטעטל לעבן, ווילנע אַליין געווען אַ רבי פֿאַר עלטערע קינדער.
מײַן באָבע, וועלכע האָט זיך געהאַט געלערנט אין שטוב בײַ אַ בריוון־שטעלער (געווען בײַ ייִדן אַזאַ פֿאַך — אַ "בריוון־שטעלער", וועלכער פֿלעגט לערנען די מיידלעך אָנשרײַבן אַ בריוו), פֿלעגט שרײַבן בריוו איר זון אַבֿרהם אין פֿילאַדעלפֿיע און שטענדיק ענדיקן מיטן זעלביקן נוסח "מײַן ליבער זון, לעב וואָהל און אימער גליקלעך, ווי עס ווינטשט דיר דײַן מוטער". יעדן שבת און אין די יום־טובֿים, ווי אויך יעדן ראָש־חודש פֿלעגט זי, קומענדיק פֿון קלויז, לייענען אויף ייִדיש־טײַטש האַלב אויף אַ קול די טעקסטן, וועלכע מען האָט אין די טעג געדאַרפֿט לייענען ("האָט גאָט געזאָגט צו משהן, נעם דעם שטעקן און שפּאַלט דעם ים, וועט ער זיך איבערשפּאַלטן" אאַז"וו).
איך אַליין בין צו זיבן יאָר, דעם 1טן סעפּטעמבער 1926, געקומען אין ערשטן צוגרייטונג־קלאַס פֿון דער באַרימטער ווילנער ייִדישער גימנאַזיע פֿון סאָפֿיע גורעוויטש. אַזוי ווי איך בין געווען אַ שעמעוודיקער און מורא געהאַט פֿאַר פֿרעמדע מענטשן, איז מײַן מאַמע דעם ערשטן טאָג געזעסן מיט מיר אויף אַ ווײַסן שטולכל בײַם ווײַסן טישל אַלע פֿיר שעה. איבער מיר איז נישט געווען אַ רבי מיטן קאַנטשיק, נאָר די הויך־קוואַליפֿיצירטע אינטעליגענטע לערערינס ליובע גאָרדאָן, רעגינע ווײַנרײַך, סטעפֿאַניע שאַבאַד און די אומפֿאַרגעסלעכע דירעקטאָרשע, די באַרימטע פּעדאַגאָגין סאָפֿיע גורעוויטש.
דאָס איז געווען אַ קאָלאָסאַלער שפּרונג אין ייִדישן לעבן — פֿון חדר צו דער מאָדערנער ייִדיש־וועלטלעכער שול.
די מאָדערנע ייִדיש־וועלטלעכע שול איז אויפֿגעקומען ניט אויף קיין שטיינערנעם באָדן. מיט דער צײַט איז איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן, וואָס האָט אויפֿגעהאַלטן די ייִדן ווי אַ פֿאָלק — רעליגיע — אָפּגעשוואַכט געוואָרן; דער אַלגעמיינער פּראָגרעס האָט געפֿאָדערט דאָס זײַניקע, און עס האָט אָנגעהויבן צו דראָען די גרויסע געפֿאַר פֿאַרן פֿאָלק — די אַסימילאַציע. ווי בלײַבט מען לעבן? ווי היט מען אויס דאָס פֿאָלק, ווי היט מען אויס זײַן נאַציאָנאַלן זעלבסט־באַוווּסטזײַן?
מיט דעם האָבן זיך בלוטיק פֿאַראינטערעסירט די נײַע פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטישע באַוועגונגען. די ייִדישע אַרבעטער־באַוועגונג, די פּראָגרעסיווע ייִדישע אינטעליגענץ: דער וויכטיקסטער סטימול, וואָס קען ראַטעווען דאָס פֿאָלק, קען און דאַרף זײַן די מאָדערנע ייִדיש־וועלטלעכע שול מיט דער ייִדישער לערן־שפּראַך — דער שפּראַך פֿון פֿאָלק. זלמן רייזען, דער באַרימטער ייִדישער קולטור־טוער און פּובליציסט, האָט געשריבן: "עס קען ניט זײַן ייִדיש לעבן אָן אַ ייִדישער שול; עס קען ניט זײַן קיין ייִדיש שאַפֿן אָן אַ ייִדישער שול; עס קען ניט זײַן קיין ייִדיש זעלבסט־באַוווּסטזײַן אָן אַ ייִדישער שול און עס קען ניט זײַן קיין ייִדיש רעכט אָן אַ ייִדישער שול. דער קאַמף פֿאַר דער ייִדישער שול איז דעריבער דער קאַמף פֿאַר אונדזער עלעמענטאַרסטן לעבנסרעכט".
די ערשטע ייִדישע שולן מיט ייִדישער לערן־שפּראַך זײַנען געגרינדעט געוואָרן אין ווילנע אין יאָר 1915, בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, ווען ס'האָבן אויפֿהערט גילטן די צאַרישע פֿאַרבאָטן. אַהער זײַנען געקומען די קינדער פֿון דער ווילנער ייִדישער אָרעמקייט.
די לאַגע פֿון די שולן איז געווען זייער אַ שווערע — זיי זײַנען געווען הילפֿלאָז סײַ מאַטעריעל, סײַ פּראָפֿעסיאָנעל. עס איז ניט געווען ניט נאָר קיין געלט, נאָר עס זײַנען ניט געווען קיין פּראָגראַמען, לערנביכער, קאָמפּעטענטע אָנווײַזונגען. דעריבער איז דעם 17 מײַ 1919 אויף אַ באַראַטונג פֿון פֿאָרשטייער פֿון ייִדישן לערער־פֿאַראיין, קולטור־ליגע, קולטור־סעקציע פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, קאָאָפּעראַטיוו "דער אַרבעטער", קולטור־קאָמיסיעס פֿון "בונד" און דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אונטערן פֿאָרזיץ פֿון שמואל ניגער פּראָקלאַמירט געוואָרן די גרינדונג פֿון דעם צענטראַלן בילדונג־קאָמיטעט צב"ק (זאָגן פֿלעגט מען צע־בע־קאַ).
עס איז אויסגעקליבן געוואָרן אַן עקזעקוטיווע, וועלכע האָט געדאַרפֿט צוטרעטן צו דער פּראַקטישער אַרבעט. אין ערשטן קאָמיטעט זײַנען אַרײַן אַזוינע פּראָמינענטע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס ווי ש. אַנ־סקי (שלמה ראַפּאָפּאָרט), סאָפֿיע גורעוויטש, מאַקס ווײַנרײַך, שמואל ניגער, גרשון פּלודערמאַכער, ד"ר הערץ קאָוואַרסקי, זלמן רייזען, ד"ר צמח שאַבאַד און אַנדערע.
אין "פּינקס ווילנע" זײַנען געווען אָפּגעדרוקט אויסצוגן פֿון דעם סטאַטוס פֿון צב"ק:
דער צב"ק שטעלט זיך אַלס ציל פֿאַרפֿעסטיקן די ייִדיש־וועלטלעכע שול און אַוועקשטעלן זי אויף דער געהעריקער הייך. כּדי צו דערגרייכן דעם דאָזיקן ציל, שטעלט זיך דער צב"ק די אויפֿגאַבעס: אַרײַנטראָגן אַן איינהייטלעכקייט אין דער פּעדאַגאָגישער אַרבעט פֿון דער ייִדישער שול; העלפֿן צו שאַפֿן די נייטיקע לערנביכער און לערן־מכשירים פֿאַר דער שול; אויסאַרבעטן פּראָגראַמען און לערנפּלענער פֿאַר דער שול; צוגרייטן אַ לערער־פּערסאָנאַל פֿאַר דער שול און זאָרגן, אַז די אויסבילדונג פֿון שול־לערער זאָל אַוועקגעשטעלט ווערן אויף דער נייטיקער הייך דורך דער גרינדונג פֿון פּעדאַגאָגישע קורסן, אָרגאַניזירונג פֿון אויסשטעלונגען, עקסקורסיעס, ביבליאָטעקן, רעפֿעראַטן אאַז"וו; האָבן אַ השגחה איבער פּעדאַגאָגישער טעטיקייט פֿון אַלע ייִדישע וועלטלעכע שולן; עפֿענען נײַע שולן, ביבליאָטעקן און מוסטער־אַנשטאַלטן; מיטגלידער פֿון צב"ק קענען זײַן פּעדאַגאָגישע ראַטן פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די אַלע קולטור־ און בילדונג־חבֿרות, וועלכע שטייען אויפֿן באָדן פֿון דער ייִדיש־וועלטלעכער שול".
אין יאַנואַר 1921 האָט דער צב"ק איבערגענומען אויך די ווירטשאַפֿטלעכע באַזאָרגונג פֿון זײַנע אַנשטאַלטן, ווײַל עס האָט געדראָט אַ סכּנה זיי זאָלן זיך פֿאַרמאַכן.
מען דאַרף זיך אַרײַנטראַכטן אין די פֿאַקטן. אין גיכן וועט ווערן 90 יאָר זינט דער אוניקאַלער און קאָלאָסאַלער דערשײַנונג אין ייִדישן לעבן, ווען אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע נעמט אויף זיך די אַרבעט און דאָס אַחריות פֿון אַ גאַנצן מלוכישן בילדונג־מיניסטעריום, וווּ עס אַרבעטן עטלעכע צענדליק באַאַמטע. אין צב"ק זײַנען געווען צוויי באַצאָלטע מיטאַרבעטער: פֿאַרוואַלטער מיט די ענינים, מ. יופֿה און געשעפֿט־פֿירער, ל. עליזעכאָוויטש. די גאַנצע קאָלאָסאַלע אַרבעט איז געפֿירט געוואָרן אויף געזעלשאַפֿטלעכע יסודות — דאָס האָבן אָפּגעטאָן אמתע געזעלשאַפֿטלעכע טוער — איבערגעגעבענע אידעאַליסטן (ניט קאַריעריסטן, ניט כאַפּער, ניט דעמאַגאָגן), די עלטערן פֿון די שול־קינדער און די לערער — די צדיקים, וועלכע האָבן געאַרבעט פֿאַר אַ הונגערלוין.
די רעגירונג האָט די ייִדישע שולן ניט אויסגעהאַלטן, אַפֿילו ניט געשטיצט, געהאַלטן זיי פֿאַר פּריוואַטע. דער שׂכר־לימוד איז געווען אַ קליינער, ווײַל די באַפֿעלקערונג איז געווען פֿאַראָרעמט, אַ סך קינדער האָט מען בכלל געמוזט באַפֿרײַען פֿון שׂכר־לימוד. 43% פֿון די עלטערן זײַנען געווען אַרבעטער און אָנגעשטעלטע, 35% האַנטווערקער, 18% קליינהענדלער. דער צב"ק האָט געמוזט זוכן געלט־מיטלען בײַ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד, אָבער עס האָט ניט געקלעקט. דעריבער האָבן, צום בײַשפּיל, אין שול־יאָר 1932־1933 די לערער באַקומען נאָר 20% פֿון זייער געהאַלט. זיי האָבן קיין מאָל ניט געקראָגן דעם געהאַלט פֿאַר פֿולע 12 חדשים.
עס איז אָבער מערקווירדיק, אַז ניט געקוקט אויף דעם, האָט דער צב"ק אַנטוויקלט אַ קאָלאָסאַלע טעטיקייט: געשאַפֿן ייִדישע לערנביכער פֿאַר פֿאַרשיידענע דיסציפּלינען, איינהייטלעכע פּראָגראַמען פֿאַר אַלע שולן, אײַנגעפֿירט אין די שולן מעדיצינישע אויפֿזיכט פֿון שול־דאָקטוירים, אײַנגעאָרדנט לעקציעס פֿאַר די עלטערן, אין יעדער שול געשאַפֿן אַן עלטערן־קאָמיטעט.
עס האָבן אָנגעהויבן אַרויסגיין עטלעכע פּעדאַגאָגישע זשורנאַלן: "די נײַע שול" — פֿאַר לערער; "שול און היים" — פֿאַר עלטערן; "גרינינקע ביימעלעך" און "חבֿר" — פֿאַר שול־קינדער און יוגנט. און סוף־כּל־סוף, איינע פֿון די וויכטיקסטע דערגרייכונגען — אין אָקטאָבער 1921 האָט דער צב"ק געעפֿנט דעם ערשטן ייִדישן לערער־סעמינאַר.
אין יאָר 1921 זײַנען אין צב"ק געווען צוויי קינדער־גערטנער, 12 פֿאָלקסשולן, 5 אָוונטשולן, צוויי גימנאַזיעס, אַ לערער־סעמינאַר, אַן אינטערנאַט, אַ קינדער־ביבליאָטעק — 29 אַנטשאַלטן. אין די שולן האָבן זיך געלערנט אַרום פֿיר טויזנט קינדער.
מיט דער אַקטיווער באַטייליקונג פֿון די ווילנער שול־טוער איז אין יאָר 1921 צונויפֿגערופֿן געוואָרן דער ערשטער שול־צוזאַמענפֿאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן אין פּוילן און ס'איז געשאַפֿן געוואָרן די ציש"אָ — די "צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע" אין פּוילן. דער צב"ק האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע ווי דער צענטער פֿון די ווילנער שולן.
די מאַטעריעלע לאַגע פֿון די שולן איז געוואָרן אַלץ שווערער צוליבן אַלגעמיינעם קריזיס אין לאַנד, אייניקע שולן האָבן זיך פֿאַרמאַכט, עס זײַנען אויך געווען שטערונגען מצד דער מאַכט — אין יאָר 1931 האָט זי געשלאָסן דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר, אָבער די איבער הונדערט לערער און לערערינס, ווי אויך די געשאַפֿענע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, ווי דער צענטראַלער עלטערן־קאָמיטעט, דער פֿרויען־קאָמיטעט, די פֿינאַנץ־קאָמיסיע, די געזעלשאַפֿט "פֿרײַנד פֿון דער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע" האָבן מיט אַלע כּוחות אויפֿגעהאַלטן די שולן און אַפֿילו געשאַפֿן נײַע — די שול פֿאַר גײַסטיק אָפּגעשטאַנענע קינדער, ווי אויך דעם זומער־לאַגער פֿאַר שוואַכע קינדער, וווּ אין משך פֿון זומער פֿלעגן זיך רוען און היילן איבער 200 קינדער.
די שול־אויסשטעלונגען אין ווילנע אין די יאָרן 1919, 1923, 1930, די אויסשטעלונגען אין לאָקאַרנאָ, ניצאַ, פּאַריז, וווּ די שולן פֿון צב"ק האָבן אָנטייל־גענומען, האָבן דעמאָנסטרירט דעם הויכן פּעדאַגאָגישן ניוואָ פֿון דער ייִדיש־וועלטלעכער שול. די קינדער האָבן געקראָגן אַן אַלזײַטיקע בילדונג — דאָ האָט מען געלערנט ייִדיש, ייִדישע ליטעראַטור, העברעיִש, פּויליש, מאַטעמאַטיק, פֿיזיק, נאַטור־וויסנשאַפֿט, געשיכטע — ייִדישע און אַלגעמיינע לימודים. אַזוינס האָבן די ייִדישע קינדער ביז דאַן נישט געהאַט. דער שול־טוער, פֿאַרוואַלטער פֿון דער קופּערשטיין־שול ג. פּלודערמאַכער, האָט אין יאָר 1934 געשריבן: "עס איז זייער וויכטיק אונטערצושטרײַכן די ווירקונגען, וועלכע ס'האָט אויף אונדזער שול געהאַט די ייִדיש־וועלטלעכע קולטור־סבֿיבֿה. די ייִדישע שול קען ניט באַטראַכט ווערן ווי אַן אָפּגעזונדערט ווינקעלע אין אונדזער קולטור־לעבן. דאָס איז ניט קיין אינדזל, וווּ מען קען פֿלאַנצן אַלערליי עקזאָטישע געוויקסן. אונדזער שול — די שול אויף דער לעבעדיקער שפּראַך פֿון קינד און פֿון זײַן היים, די מאָדערנע אַרבעט־שול, וועלכע שטרעבט מיט טויזנטער פֿעדים צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער אַרומיקער לעבעדיקער סבֿיבֿה — האָט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן געמוזט אָפּשפּיגלען אין זיך די כאַראַקטעריסטישע מאָמענטן פֿון ייִדישן קולטור־לעבן".
דער לייטמאָטיוו, דער אינהאַלט פֿון דער אַרבעט און פֿון לערנען אין דער ייִדיש־וועלטלעכער שול איז געווען דערציִען דעם יונגן דור סײַ אין דער ליבע צום אייגענעם פֿאָלק און צו זײַן קולטור, סײַ אין דער איבערגעגעבנקייט צו די העכסטע אידעאַלן און צו די פּראָגרעסיווסטע שטרעבונגען פֿון דער מענטשהייט. מע האָט אין די שולן זיך געמיט צו געבן די קינדער וויסן אויף אַ הויכן ניוואָ, ווי אויך אַ וועלטלעכע, מאָדערנע און צו גלײַך אַ נאַציאָנאַלע דערציִונג, אײַנפֿלאַנצן ליבע און אַכטונג צו די ווערטפֿולע אוצרות פֿון דער ייִדישער און אַלגעמיין־מענטשלעכער קולטור, צו אַרבעט און צום אַרבעט־מענטש.
דער ליטעראַטור־היסטאָריקער און פּובליציסט שמואל ניגער, איינער פֿון די גרינדער פֿון צב"ק, איז אין אַ סך יאָרן אַרום געקומען פֿון אַמעריקע קיין ווילנע און נאָך דעם געשריבן: "איך זיץ אין אַ ייִדישער גימנאַזיע, וועלכע איז געווען אַמאָל אַ רוסישע, און הער ווי אַ שוואַרץ־רונדיק מיידעלע, קוים דרײַצן יאָר אַלט, לייענט פֿאָר אַ קאָמפּאָזיציע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר און הער ווי אַ ייִנגל, נאָך פֿאַר בר־מיצווה, דערציילט, וואָס ער ווייסט וועגן בעש"ט, און ווי אַן אַנדער בחורל מיט אַלטע אויגן ווײַזט חריפֿות אין נאַטור־וויסנשאַפֿט, — זיץ איך און פֿאַר מײַנע אויגן שוועבן די שאָטנס פֿון גאונס קלויז, פֿון ראַמײַלעס ישיבֿה... מען לערנט נײַע, גאָר נײַע זאַכן, אָבער ס'איז דאָס אַלטע זיצן און לערנען, ס'איז די אַלטע התמדה, ס'איז דעם ליטוואַקס אייביקע ליבע צו תּורה און צו חכמה".
איבער הונדערט ייִדישע לערער האָבן געהאָרעוועט, כּדי צו דערגרייכן אָט די צילן. לאָמיר דאָ אָנרופֿן כאָטש אייניקע פֿון זיי: ל. טורבאָוויטש, י. ביידער, י. גערשטיין, ד. און ב. לובאָצקי, מ. חיימסאָן, ש. באַסטאָמסקי, א. מאַרק, ר. נאָטיק, ח. פּופּקאָ, א. סליעפּ, ג. פּלודערמאַכער, א. בולקין, ש. גאָלאָמב, י. מהרשק, י. גראָמאַן, מ. ליטוואַק, י. סעניצקי, וו. לעווין און אַלע איבעריקע.
שלום אַש, וועלכער האָט אין יאָר 1922 באַזוכט ווילנע, האָט געשריבן:
"מער ווי יעדע שטאָט אין דער גאַנצער וועלט האָט ווילנע אַ נעץ פֿון ייִדישע שולן, וווּ כּמעט אַלע קינדער פֿון דער שטאָטישער אָרעמער ייִדישער באַפֿעלקערונג ווערן אַרונטערגענומען אונטער די שיצנדיקע פֿליגלען פֿון ייִדישן וואָרט און ייִדישן גײַסט. אַ נײַער דור ייִדן ווערט דערצויגן אין די שולן, גאַנצע ייִדן און גאַנצע מענטשן, מוטיקע, קעמפֿנדיקע, ווירדיקע מענטשן".
טויזנטער גראַדואַנטן פֿון די צב"ק־שולן זײַנען זיך פֿונאַנדערגעפֿאָרן איבער דער וועלט און געאַרבעט אויף פֿאַרשיידענע געביטן, אייניקע זײַנען געוואָרן לערער אין די זעלביקע שולן, אייניקע זײַנען שוין געווען עלטערן פֿון די שול־קינדער און איבערגעגעבן די שולן געשטיצט.
זומער 1940, ווען אין ליטע איז געווען ראַטן־מאַכט, זײַנען די ייִדישע שולן געוואָרן מלוכישע און געקראָגן פֿולע מלוכישע אויסהאַלטונג און מעגלעכקייטן פֿאַר אַנטוויקלונג.
דערנאָך איז געווען דער חורבן...
אויפֿצולעבן די וווּנדערלעכע ייִדיש־וועלטלעכע שול האָט מען נאָך דער מלחמה געקענט נאָר אין דער ייִדישער מלוכה. אָבער דאָס האָט נישט פּאַסירט. די ייִדישע מלוכה האָט פֿון אָנהייב אָן פֿאַרפֿאָלגט די ייִדישע שפּראַך און מיט דעם אויך די ייִדישע קולטור.
דער צב"ק מיט זײַנע שולן איז געבליבן אַ הערלעכער בלאַט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק.