אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט".
דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן.
אין 2006 איז דערשינען די זאַמלונג "טשיריבוים: נײַע ייִדישע לידער", אַרויסגעבעבן דורכן פּאַריזער ייִדיש־צענטער. דאָס בוך אַנטהאַלט אַ גרויסן טייל פֿון גראָבערס זינגלידער אויף ייִדיש, צוזאַמען מיט די מעלאָדיעס, ווי אויך פֿראַנצייזישע ווערסיעס און איבערזענצונגען אויף ענגליש. "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט" איז דאָס ערשטע אינדיווידועלע קאָמפּאַקטל פֿון גראָבער.
זשאַק גראָבער, אַ זינגער, אַ קאָמפּאָזיטאָר און אַ מחבר פֿון לידער אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש — אָדער, ווי ער האָט זיך אַליין גערופֿן, אַ "לידער־מאַכער און אַ לידער־מוכר" — איז געבוירן געוואָרן דעם 11 פֿעברואַר 1951 אין פּאַריז, אין דער משפּחה פֿון פּינעק און סאַבינע גראָבער. די משפּחה פֿון זײַן פֿאָטער האָט געשטאַמט פֿון שענדעשעוו, לעבן קראָקע, און דער מוטערס משפּחה איז געווען אַ וואַרשעווער. די עלטערן האָבן איבערגעלעבט עטלעכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, זיך באַקענט אין אַ "די־פּי"-לאַגער אין עסטרײַך, און אין 1946 זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך. פּינעק גראָבער האָט געאַרבעט ווי אַ שנײַדער, און האָט ליב געהאַט צו זינגען בײַ דער אַרבעט. אַזוי אַרום האָט זשאַק געקענט הערן ייִדישע לידער אין זײַנע קינדער-יאָרן.
זשאַק האָט שטודירט רוסיש אינעם פּאַריזער סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, דערנאָך געלערנט די דאָזיקע שפּראַך צען יאָר לאַנג אין אַ פּאַריזער שול, און שפּעטער געאַרבעט ווי אַ שול־ביבליאָטעקאַר. אין 1978 האָט ער זיך געלערנט צו זינגען בײַ שׂרה גאָרבין. אין 1980 האָט זשאַק גראָבער געגרינדעט, צוזאַמען מיט וויִאָלעט שמײַער, בתיה בוים, פּאָל שפּיגלמאַן, יצחק ניבאָרסקי, עלען ענגעל און זײַן פֿרוי קאַטרין גראָבער, אַן אַרטיסטישע גרופּע, וועלכע פֿלעגן אויפֿטרעטן מיט ספּעקטאַקלען, געזאַנג און רעציטאַציעס אין פּאַריז, שטראַסבורג, נאַנסי און אַנדערע פֿראַנצייזישע שטעט.
אין די 1990ער יאָרן, האָט גראָבער אָנטיילגענומען אין פֿאַרשיידענע פֿאָרשטעלונגען צוזאַמען מיט די אַרטיסטן עוו גריליקעז, לאָראַן גרינשפּאַן, דעם אַקאָרדיאָניסט מישע ניסימאָוו, און אַנדערע אַקטיאָרן און מוזיקער. "אין אַ צײַט ווען שאַפֿן אויף מאַמע־לשון איז געוואָרן אַ זעלטענקייט", האָט געשריבן יצחק ניבאָרסקי, "איז ער געווען אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט ווי אַ מחבר, ווי אַ קאָמפּזיטאָר און דערצו נאָך ווי אַ זינגער".
פֿון 1992 ביז 1998 האָט זשאַק גראָבער אָנגעפֿירט מיט אַ זינגער־וואַרשטאַט, געגרינדעט מיט דרײַ יאָר פֿריִער דורך פֿייגל אַמיִעלן. דער דאָזיקער כאָר ווערט הײַנט דיריגירט דורך דער זינגערין שורע ליפּאָווסקי, און טראָגט נאָך אַלץ דעם נאָמען, געגעבן פֿון זשאַק גראָבערן — "טשיריבים". שפּעטער האָט ער ווײַטער אָנטיילגענומען אין פֿאַרשיידענע פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, צווישן זיי אַ פֿאָרשטעלונג, געווידמעט איציק מאַנגערן, אין 2003, און דער קאָנצערט "פּאַריזער חלום", געווידמעט די פֿראַנצייזישע לידער, איבערגעזעצט אויף ייִדיש (2004). אין 2006 איז ער געוואָרן אַ לאַורעאַט פֿונעם "קאָרמאַן־פּריז", אַ יערלעכע באַלוינונג פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטן אין פֿראַנקרײַך.
זשאַק גראָבער איז געשטאָרבן דעם 26 מאַרץ 2006, נאָך אַ לאַנגער און שווערער קראַנקייט.
די לידער אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל זענען זייער פֿאַרשיידענע: אַ שאַרף ליריש ליד "אויף דער פּלייצע"; הומאָריסטישע און סאַטירישע לידער, אַזעלכע ווי "פּערעסטרויקע", די לידער פֿאַר קינדער: "אַ קאַץ מיט בלויע אויגן", "אַ זעגל", "אין אַ פֿעלדעלע". אַ טייל לידער זענען אויך האַלב־פֿאַנטאַסטיש, ווי דאָס ליד וועגן אַל-קאַפּאָנע, וועלכער איז כּלומרשט אַ רומענישער ייִד, געבוירן אין בעלץ. אינעם ליד זיצט אַל-קאַפּאָנע אין אַן אַלטן "סאַלון", גריזשעט המן־טאַשן, קלערט וועגן זײַן לאַנג פֿאַרברעכעריש לעבן אין אַמעריקע — "אוי מאַמע, מאַמע מאַפֿיע, כ׳האָב דאָך געזויגן דײַן שוואַרצע מילך" — און בענקט נאָך די פֿאַרלאָזטע גרינע פֿעלדער פֿון זײַן היימלאַנד.
זייער פֿאַרשיידנאַרטיק איז אויך דער סטיל פֿון גראָבערס מוזיק: אַמאָל קען עס זײַן אַ חסידישער ניגון, אַמאָל אַ וויגליד, און אַמאָל "סווינג". אָדער אַ טאַנגאָ:
אויף דער פּלייצע געטראָגן די וואָך,
פֿאַר די אויגן צעטראָגן דאָס זאַמד,
און געריבן פֿון גאַסן די הויט,
און צעריבן פֿון שלאָף דאָס האַרטע...
אוי, דו, מײַן וועג,
פֿון אָסיען אַ שטריך,
דו רײַסט די טעג
ווי סטרונעס אָן אַ שיעור,
ווי סטרונעס אָן אַ שיעור.
אַ מאָל קען עס זײַן אַ וואַלס, ווי אינעם ליד "טשיריבוים", וואָס רעדט וועגן אַלע לידער פֿונעם ייִדישן בוים׃
לאָמיר אָט דאָ אין אַ כאָר
זינגען פֿון דור צו דור
אַ זמר, אַ ניגון, אַ ליד,
וואָס שוועבן אין אונדזער געמיט:
און אַמאָל קען עס זײַן אַפֿילו אַ "רעפּ"׃
עס איז אַ מיידל געקומען צו גיין,
מלא־טעם און מלא־חן,
אויסגעשמייכלט מיר אַ וואָרט
און מיך פֿאַרגליווערט אויפֿן אָרט,
אויסגעשטראַלט מיר אַ בליק
און מיך פֿאַרבונדן מיט אַ שטריק,
צוגעכוואַליעט מיר די האַנט
און מיך פֿאַרכּישופֿט... אָן אַ שאַנד!
כּמעט אַלע לידער זענען אויף ייִדיש, נאָר ס'איז פֿאַראַן אויך אַ ליד אויף פֿראַנצייזיש, "די בעדער פֿון כעלם", און אַ ליד אויף רוסיש, "כ׳גיי אַרויס אַליין אויף אָ־דעם שליאַך דאָ", אויפֿן טעקסט פֿונעם באַרימטן ליד פֿונעם רוסישן פּאָעט מיכאַיִל לערמאָנטאָוו. אַ סך פֿון גראָבערס לידער זײַנען פֿילשפּראַכיק: דער טעקסט קען זײַן אויף ייִדיש, אָבער אָפֿט כאַפּט זיך אַרײַן אַ סטראָפֿע, אַ שורה אָדער כאָטש אַ וואָרט פֿון אַן אַנדער שפּראַך: פֿראַנצייזיש, רוסיש, ענגליש.
די לידער שפּילן מיט די גראַמען: דאָס וואָרט "אומעטום" קען זיך גראַמען מיט דעם גרויסן מאָסקווער אוניווערסאַל־קראָם "גום"; דאָס וואָרט "שטום" — מיטן ענגלישן "groom". "עס וואָלט געווען ממש אַן עבֿירה" — האָט אַמאָל דערקלערט זשאַק גראָבער — "נישט צו גראַמען דעם ייִדישן ‚געבן אַ קיש‘ מיטן פֿראַנצייזישן צערטלוואָרט ‚ביש‘ (אַ סאַרנע)". זעלטן הערן גראָבערס לידער אויף צו שפּילן מיט די ווערטער און מיט די גראַמען — בלויז ווען זיי רעדן וועגן עפּעס זייער אומעטיקס אָדער זייער ערנסטס, ווי אינעם ליד "אין אַ פֿעלדעלע", וואָס רעדט וועגן דעם חורבן. און, טרויעריק אָדער לאַכנדיק, שפּילעוודיק אָדער ערנסט, בלײַבן זיי שטענדיק זייער לעבעדיק.
די לידער אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל קומען פֿון רעסטאַוורירטע רעקאָרדירונגען פֿון פֿאַרשיידענע יאָרן: דאָס סאַמע ערשטע איז אויפֿגענומען געוואָרן אין 1985, דאָס סאַמע שפּעטע — אין 2003. דאָס לעצטע ליד אויף דעם דיסק, "די שאַראַדע", זינגט זשאַק גראָבער צוזאַמען מיט אַ קינדער־כאָר.
ווען דער דיסק האָט שוין אָפּגעשפּילט, האָט אינעם זכּרון נאָך לאַנג זיך געהערט גראָבערס קול, וואָס זינגט — מיט אַזאַ פּראָסטקייט, און פֿאָרט מיט אַזאַ שאַרם, מיט אַזאַ אייגנאַרטיקן חן:
טיפֿע, שוואַרצע אייגעלעך,
זיסע, ווײַסע פֿינגערלעך,
ס'לויפֿט נאָך מיר די זון,
טרעפֿט נאָר ווער איך בין.
לאַנגע, בלאָנדע צעפּעלעך,
זיסע, רויטע ליפּעלעך,
עס זיצט בײַ מיר דער ווינט,
טרעפֿט נאָר ווער איך בין...
און מע געדענקט אויך די קינדערשע שטימען, וואָס האַלטן אונטער
נעכט און שטערן וויגן אונדז,
פֿעלדער, רויזן רופֿן אונדז.
אָסיען ברענגט אַ חלום,
אוי פֿרילינג ברענגט אַ האָף!
<...>
שטילע ווײַסע פֿייגעלעך,
זיסע, ווײַסע פֿינגערלעך,
מאַכט פֿון בלאַט אַ זעגל,
גיט מיר וואָס איך וויל!