- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Hear Me Out
Hear Me Out
Hear Me Out
Hear Me Out
Hear Me Out
Hear Me Out
אָנהייב אָקטאָבער האָט אין פּאַריז אויף ס׳נײַ געעפֿנט די טירן דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, וואָס האָט זיך אָקערשט אײַנגעאָרדנט אין אַן אייגענעם לאָקאַל, אין דער צענטראַלער רעפּובליק–געגנט*. אַזוי אַרום האָט די איבער אַכציק–יעריקע מעדעם–ביבליאָטעק — די וויכטיקסטע אײַנזאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער הײַנט אין אייראָפּע — סוף–כּל–סוף געפֿונען אַן אמתע היים. אַן אייגענער לאָקאַל, דווקא צוויי מאָל גרעסער ווי דער פֿריִערדיקער, דער געדונגענער — דאָס איז געווען דער חלום פֿון די טוערס און מיטגלידער פֿונעם צענטער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם לאָקאַל האָט מען געקויפֿט דאָרטן וווּ עס האָט זיך געלאָזט, נישט דווקא צוליבן נאָמען פֿון דער גאַס. לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802. פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות. סוף אויגוסט, זענען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון די הײַאָריקע פֿילדס־לאַורעאַטן. דער "פֿילדס־מעדאַל" איז די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט צעטיילט איין מאָל אין פֿיר יאָר. דאָס יאָר, האָבן עס באַקומען דער וויעטנאַמיש־פֿראַנצייזישער געלערנטער נגאָ באַאָ טשאַו, פֿאַר זײַנע רעזולטאַטן אין אַלגעבראַיִשער געאָמעטריע; אַ רוסלענדיש־שווייצערישער מאַטעמאַטיקער סטאַניסלאַוו סמירנאָוו, פֿאַר זײַנע ווערק אין סטאַטיסטישער פֿיזיק; "הערט מיך אויס" דער פּסיכאַאַנאַליטיקער פֿון פּאַריז ד״ר מאַקס כּהן שמועסט מיט זײַנע געסט אינטערוויו מיט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַוָ, הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל
Hear Me Out ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות, הײַיאָר האָבן צוויי מוזייען אין אייראָפּע אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען וועגן די אַוואַנגאַרדן, וואָס האָבן צעטומלט די ייִדישע גאַס אין מיזרח–אייראָפּע אין די 20ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט. פֿונעם 11טן פֿעברואַר ביזן 17טן מײַ האָט דער פּאַריזער מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע אויסגעשטעלט 120 ווערק פֿון אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, מאַרק שאַגאַל, הענריק בערלעווי און אַנדערע. די אויסשטעלונג האָט זיך אײַנגעאָרגנעט אַרום די אילוסטרירטע ייִדישע ביכער אונטערן טיטל "פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט: דער אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך 1939—1941". |