- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַמעריקע לעבט די לעצטע פּאָר וואָכן אַן אָנגעשטרענגט לעבן. דאָס וואָס די רעפּובליקאַנער האָבן איבערגענומען די מערהייט אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, איז קיין גרויסע סענסאַציע נישט געוואָרן (לייענט פּרטימדיקער אויף ז' 1). אָבער די טעמע פֿון אונדזער לייט־אַרטיקל איז בפֿירוש וועגן דער אַלגעמיינער שטימונג, וואָס האַלט זיך די לעצטע צוויי יאָר אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אויב וועלן עס אויסדרוקן מיט איין וואָרט, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע מסתּמא געווען — פֿאַרלוירנקייט. לכּבֿוד דעם יערלעכן "ייִדישן ביכער־חודש" וואָס הייבט זיך אָן די וואָך, האָבן מיר געפֿרעגט בײַ אַ צאָל "פֿאָרווערטס"־לייענער וועלכע מיר ווייסן זענען זיך עוסק אין דער ייִדישער ביכערוועלט, אונדז צו ענטפֿערן אויף דער קשיא, "וואָס איז אײַער באַליבטסט בוך אויף ייִדיש?". מיר האָבן דערבײַ געבעטן מע זאָל אויך באַשרײַבן פֿאַר וואָס, אָדער איבערגעבן אַ פּערזענלעכע געשיכטע פֿאַרבונדן מיטן בוך. די ענטפֿערס זענען געווען פֿאַרשיידענע, טייל לענגערע, טייל קירצערע. הײַנטיקע וואָך איז די נאַכט פֿון מאָנטיק אויף דינסטיק געווען די נאַכט פֿון געשפּאַנטער זאָרג און פֿון אומרויִקער אויסוואַרטונג — סײַ פֿאַר די אַמעריקאַנער און סײַ פֿאַר די ישׂראלים. די אַמעריקאַנער האָבן געוואַרט — ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די מיטל־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס; די ישׂראלים, דאַקעגן, האָבן געוואַרט — אויך ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער הסתּדרותּ און דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, כּדי צו וויסן ביז זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, צי וועלן זיי דאַרפֿן זיך אויפֿהייבן און גיין צו דער אַרבעט, אָדער נישט; ווײַל אויף דינסטיק, זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, איז דורך דער הסתּדרותּ פּראָקלאַמירט געוואָרן דער אַלגעמיינער שטרײַק אין דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט. פֿון דער שטאָט טשאַפּעל־היל אינעם שטאַט נאָרד־קאַראָלײַנאַ האָבן מיר באַקומען אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן חנעוודיקן נאָמען "I Can't Complain But Sometimes I Still Do" [איך דאַרף זיך נישט באַקלאָגן, אָבער באַקלאָג זיך פֿון דעסטוועגן]. עס זינגט און שפּילט אויפֿן פֿידל דשיין פּעפּלער, און בײַ דער פּיאַנע שפּילט אַבֿיבֿה ענאָך. טשאַפּעל־היל איז מער באַקאַנט ווי די היימשטאָט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ", און דער שטאַט צפֿון־קאַראָלײַנאַ איז אַ צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק, אָבער צו הערן אַ ייִדיש וואָרט פֿון דאָרטן איז מער נישט קיין גרויסע איבערראַשונג. דער העברעיִשער מחבר צבֿי פּרייגערזאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן מיט 110 יאָר צוריק, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט פֿאַר דער רעוואָלוציע. ער איז אויך געווען דער לעצטער פֿון די העברעיִשע שרײַבער פֿון יענעם דור אין רוסלאַנד. ביז 1934 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע העברעיִשע דערציילונגען אין אויסלאַנד, און דערנאָך האָט ער געשריבן "אין טיש אַרײַּן", פֿאַר אַ לייענער, וואָס וועט אַנטדעקן זײַנע ווערק אין דער צוקונפֿט. "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די נאָכקומער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן יצחקס ביידע זין, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך, צוליב זייערע קעגנזעצלעכע פּערזענלעכקייטן. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ — צו קדושה. יעקבֿ האָט געהאַט אַ כאַראַקטער פֿון אַ שטילן היימישן תּלמיד־חכם, און עשׂו איז געווען בטבֿע אַ ווילדער מענטש. איך קען שוין פֿײַווישן אַ שפּאָר ביסל צײַט און האַלט פֿון אים אַ וועלט. ער איז אַ ליבלעכער, שמייכלענדיקער און צוגעלאָזענער מענטש, אַ טײַערער ייִד, און דערצו — אַ גוטער קאָמעדיאַנט. אַמאָל, ווען ער איז געווען נאָך אַ יונגער־מאַן איז ער געווען הויך און ברייטבייניק, גלײַך ווי אַ ווירע. אָבער ווען ס׳איז געקומען צו זײַנע פֿיס, זאָל גאָט שומר און מציל זײַן; גיגאַנטישע פֿיס, אין זיי קען אַרײַן אַ נאָזהאָרן. און פֿײַוויש, ווי נאָר ער איז אַרויף אויף דער בינע מיט זײַנע גראָמאַדנע, ריזיקע פֿיס, אַזוי האָב איך זיך באַלד געשיט פֿון געלעכטער, און ווי נאָר ער האָט געעפֿנט ס׳מויל און געצויגן די ווערטער ווי מען ציט אַ פֿאָדעם פֿון אַ געשטריקטן זאָק, אַזוי האָב איך זיך שוין ווידער געוואַלגערט אויף דער פאָדלאָגע און געהאַלטן זיך בײַ די זײַטן. אָנהייב אָקטאָבער האָט אין פּאַריז אויף ס׳נײַ געעפֿנט די טירן דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, וואָס האָט זיך אָקערשט אײַנגעאָרדנט אין אַן אייגענעם לאָקאַל, אין דער צענטראַלער רעפּובליק–געגנט*. אַזוי אַרום האָט די איבער אַכציק–יעריקע מעדעם–ביבליאָטעק — די וויכטיקסטע אײַנזאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער הײַנט אין אייראָפּע — סוף–כּל–סוף געפֿונען אַן אמתע היים. אַן אייגענער לאָקאַל, דווקא צוויי מאָל גרעסער ווי דער פֿריִערדיקער, דער געדונגענער — דאָס איז געווען דער חלום פֿון די טוערס און מיטגלידער פֿונעם צענטער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם לאָקאַל האָט מען געקויפֿט דאָרטן וווּ עס האָט זיך געלאָזט, נישט דווקא צוליבן נאָמען פֿון דער גאַס. יעדע ביבליאָטעק נוצט הײַנט אויס אין איר אַרבעט די מעגלעכקייטן פֿון דער אינטערנעץ. צווישן די ערשטע עלעקטראָנישע זײַטלעך, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, איז געווען די "וועב־זײַט" פֿון דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג (www.nlr.ru). אינעם אָפּטייל פֿון ביכער־אויסשטעלונגען וועלן די ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור געפֿינען אַכט ווירטואַלע בוקלעטן, געווידמעט דעם ייִדיש־בוך. איינע פֿון זיי טראָגט טאַקע דעם נאָמען — "ייִדיש אין דער הײַנטיקער וועלט" (www.nlr.ru/exib/Yiddish). די דאָזיקע אויסשטעלונג איז צונויפֿגעשטעלט נישט פֿון די ביבליאָטעק־מיטאַרבעטער, ווי עס פֿירט זיך, נאָר פֿון די לייענער אַליין. דער ייִדישער ביכער-מאַרק איז תּמיד געווען אויף צרות. וועגן דעם האָט געשריבן די ייִדישע פּרעסע, בפֿרט, די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער". איר רעדאַקטאָר, נחמן מײַזעל, פֿלעגט צונויפֿקלײַבן סטאַטיסטיק, וואָס האָט בדרך-כּלל געשאַפֿן אַ טרויעריק בילד. אַ שולד איז געלעגן אויך אויף דער אינטעליגענץ, וועלכע האָט געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן דעם "שונד", כאָטש אַזאַ ליטעראַטור האָט מען טאַקע געלייענט. וואָס שייך דער "הויכער ליטעראַטור" איז דער מצבֿ געווען ביטער, ווײַל די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿון דעסטוועגן געהאַט די נטיה צו לייענען ביכער אויף "הויכע שפּראַכן", בעת די פּרעסע האָט צופֿרידנגעשטעלט דעם ברייטן עולם. אַ פּאָר רוסישע פֿאַרלאַגן האָבן זיך מיט עטלעכע יאָר ערנסט פֿאַרנומען מיט ייִדישער ליטעראַטור — דהײַנו, מיט די קלאַסישע ווערק, וועלכע זענען טאַקע אָנגעשריבן אויף דער ייִדישער שפּראַך. בײַ ס׳רובֿ רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדישע ליטעראַטור באַשטייט, כּלומרשט, בלויז פֿון רוסישע אָדער ענגלישע ביכער, וווּ עס ווערן כאָטש אַ פּאָר מאָל דערמאָנט די ייִדישע טעמעס, ווי אויך פֿון ווייניק־באַקאַנטע ישׂראלדיקע ביכער אויף העברעיִש. לויט אַן אויספֿרעג אויף אַ באַקאַנטער ליטעראַרישער וועבזײַט "בוקניקי", האַלט אַ גרויסער טייל ייִדן אין רוסלאַנד, אַז זיי "פֿילן זיך ווי אַ ייִד", ווען זיי לייענען די "ייִדישע שרײַבערין" דינה רובינאַ — אַ ישׂראלדיקע פּראָזאַיִקערין, "פֿאַר די לעצטע וואָכן איז די גלובאָקער געטאָ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געפֿערלעכן צינדשײַטער, וועלכן מען האָט ניט געטאָרט ניט דערשאַצן". (פֿון אַן אָפֿיציעלער דײַטשישער מיטטיילונג, אויגוסט 1943) "אין גלובאָקער געטאָ איז פֿאַרניכטע געוואָרן אַ גרויסע פּאַרטיזאַנער־נעסט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טויזנט מענטשן". (פֿון דער דעמאָלטיקער נאַציסטישער פּרעסע) |