פֿאַרשײדנס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הילע פֿונעם זאַמלבוך (אויף רוסיש)
די הילע פֿונעם זאַמלבוך (אויף רוסיש)

"פֿאַר די לעצטע וואָכן איז די גלובאָקער געטאָ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געפֿערלעכן צינדשײַטער, וועלכן מען האָט ניט געטאָרט ניט דערשאַצן".

(פֿון אַן אָפֿיציעלער דײַטשישער מיטטיילונג, אויגוסט 1943)


"אין גלובאָקער געטאָ איז פֿאַרניכטע געוואָרן אַ גרויסע פּאַרטיזאַנער־נעסט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טויזנט מענטשן".

(פֿון דער דעמאָלטיקער נאַציסטישער פּרעסע)


יאָ, נאָך אַ מאָל וועגן דעם זעלבן, ווי ווײַט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די אַכזריותדיקע הימל־שרײַענדיקע גרויל־געשעענישן, פֿון אונדזער פֿאָלק בידים היטלער זאָלן ניט געווען פֿאָרקומען, טאָרן אונדז די צענדליקער און אַפֿילו הונדערטער יאָרן ניט דערווײַטערן. מען דאַרף לעבן און בשום־אופֿן ניט פֿאַרגעסן, אַז מיט דער פֿולער אמתדיקייט איז די טעמע וועגן ייִדישן אומקום און גבֿורה ניט אויסגעשעפּט. דער בלוטיקער קנופּ איז נאָך ניט אין גאַנצן אויפֿגעבונדן.

די מערהייט פֿון די דײַטשישע אַרכיוו־דאָקומענטן, וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די מערבֿ־פֿאַרבינדעטע לענדער, זײַנען צוערשט פֿילמירט און דערנאָך אומגעקערט געוואָרן אין דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק; און די דאָקומענטן, וועלכע דער געוועזענער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געקראָגן — אין דער דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק. הײַנט־צו־טאָג וואָלט מען געקענט איבעררעכענען ניט ווייניק אָרגאַניזאַציעס, אַנשטאַלטן, מוזייען, וווּ מען קען זיך מיט אייניקע פֿון זיי באַקענען.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען זיך, בדרך־כּלל, באַמיט וועגן ייִדישן אומקום און גבֿורה ניט צו דערמאָנען, אָבער אין אַ געוויסן טאָג

דערוויס איך זיך, אַז דער מאָסקווער פֿאַרלאַג בײַ דער פּרעסע־אַגענטור "Новости" (נײַעס) האָט באַקומען אַ פֿאַראָרדענונג דרינגענדיק אַרויסצולאָזן אַ זאַמלבוך דאָקומענטן, צוגעגרייט פֿון דער הויפּט־אַרכיוו־פֿאַרוואַלטונג בײַם מיניסטאָרן־ראַט, אונטער אַזאַ קעפּל: "די פֿאַרברעכנס פֿון די דײַטשיש־פֿאַשיסטישע פֿאַרכאַפּער קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אויף דער צײַטווײַליק אָקופּירטער סאָוועטישער טעריטאָריע אין די יאָרן פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה 1941—1945".

דער צוגעגרייטער צום דרוק מאַנוסקריפּט איז באַשטאַנען פֿון קנאַפּע 400 זײַטן מאַשין־שרײַבונג, אײַנגעטיילט אין דרײַ אָפּטיילן. צוערשט — דירעקטיווע אָנווײַזונגען פֿון די העכסטע אימפּערישע־ און אָקופּאַציע־מאַכט־פֿאָרשטייער. די צונויפֿשטעלער זײַנען געווען ב. יו. באַגאַטאָוו, ג. פּ. לעבעדעוו, ז. אַ. סילאַיעוו, מ. אַ. סמירנאָוו און יע. אַ. כיטראָוו און אַלץ אונטער דער אַלגעמיינער רעדאַקציע פֿון ג. אַ. ביעלאָוו.

די פֿאַמיליעס גיב איך אָן נאָר צוליב אָנרופֿן נאָך איין נאָמען, אויף וועמען ס’איז — אויף אַן אמת, געווען אַרויפֿגעוואָרפֿן די גאַנצע רעדאַקציאָנעלע אַרבעט; געווען איז עס סעמיאָן קראַסילשטשיק, אויסנעמלעכער רעדאַקטאָר, וואָס פֿאַרדינט אַ טיפֿן דרך־ארץ.

מיט אים, ס. קראַסילשטשיקן, בין איך געווען מער ווי גוט באַקאַנט און אָנגעהויבן האָט זיך עס אָט פֿון וואָס: דעם 22סטן יולי 1944 האָט די "סאָוואינפֿאָרמביוראָ"*) מיטגעטיילט, אַז די שטאָט כעלם און די אײַזנבאַן־סטאַנציע סאָביבאָר אין מיזרח־פּוילן זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן, און דעם 2טן סעפּטעמבער האָט די מאָסקווער צײַטונג "קאָמסאָמאָלסקאַיאַ פּראַוודאַ", וואָס פֿאַרמאָגט אַ פֿיל־מיליאָניקע צאָל לייענער, אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן דעם טויטלאַגער סאָביבאָר. אין דער צענטראַלער פּרעסע איז עס געווען די ערשטע מיטטיילונג וועגן דעם העראָיִשן אויפֿשטאַנד. צוגעשיקט די קאָרעספּאָנדענץ האָט אָט דער מיליטערישער קאָרעספּאָנדענט סעמיאָן קראַסילשטשיק. ביז דעם האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי מאַטעריאַלן וועגן סאָביבאָר אין די צײַטונגען פֿון דער זעקסטער לופֿט־אַרמיי און פֿונעם ערשטן ווײַסרוסישן פֿראָנט.

ווען ס’האָט שוין געהאַלטן בײַם אָפּגעבן דאָס בוך אין זאַץ, איז די "נאַטשאַלסטווע" אומגעריכט אָפּגעקילט געוואָרן און אין גיכן איז קלאָר געוואָרן, אַז די דאָקומענטן וועגן חורבן וועלן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן; אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צום בוך, דאַרף ביזן לעצטן זײַטל אומגעקערט ווערן אין דער הויפּט־אַרכיוו־פֿאַרוואַלטונג. ריידערײַען וועגן אומגעריכטן פֿאַרבאָט זײַנען אין פֿאַרלאַג געווען, אָבער נאָר פֿון אויער צו אויער. אָנפֿרעגן זיך בײַ הויכע לײַט איז ניט געווען וואָס. דאָרט האָט מען שוין געוווּסט, ווי אין אַזאַ פֿאַל צו לאָזן אין גאַנג אַ קונציקן פֿאָרטל, אַבי צו פֿאַרנעפּלען דעם חורבן.

פֿון דאַן זײַנען פֿאַרבײַ אַ יאָר פֿופֿצן, אויב ניט מער (דאָס זאַמלבוך האָט, לויטן פּלאַן, באַדאַרפֿט דערשײַנען אין 1972) און אין איינעם אַ טאָג קלינגט מיר קראַסילשטשיק און לייגט פֿאָר זיך דורכשפּאַצירן אויף דער פֿרישער לופֿט. איבערדערציילן דעם אינהאַלט פֿון אונדזער געשפּרעך וועל איך ניט. פֿון זײַנע הענט אין מײַנע איז איבערגעגאַנגען דער פֿולער קאָמפּלעט פֿון דער זאַמלונג דאָקומענטן וואָס איז, ווי ס’האָט זיך געדאַכט, אויף אייביק פֿאַרשניטן געוואָרן. דערווײַל האָט ער מיר דעם מאַנוסקריפּט געגעבן אויף אַ קורצער צײַט: כ’זאָל איבערלייענען און אים צוריק אומקערן.

מעגלעך, אַז פֿאַר דער צײַט וואָס איך וווין אין ישׂראל, זײַנען אין מאָסקווע אָדער ערגעץ וווּ די זעלבע ראַפּאָרטן פֿון ייִדן־מערדער דערשינען און ניט איין מאָל. מיר איז עס ניט באַוווּסט. אין יעדן פֿאַל, דערלויב איך זיך אַ מינדסטן חלק דײַטשישע מיטטיילונגען, עדותשאַפֿט פֿון דעם זאַמלבוך, איבערזעצן אין ייִדיש.

ס׳בלײַבט נאָך צוצוגעבן, אַז די דאָקומענטן, מיט איבערראַשנדיקע באַשטעטיקטע פֿאַקטן וועגן דער שוידערלעכער רציחה, זײַנען איבערגעזעצט פֿון דײַטש. אַרויסבאַקומען האָט מען זיי פֿונעם צענטראַלן מלוכה־אַרכיוו פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אײַנשליסנדיק אַלע אײַנגעשטעלטע אַרכיוו־פֿאָרמולאַרן, וואָס באַגלייטן אַזוינע ווערט־פּאַפּירן. צוליב כראָנאָלאָגיע וועל איך אָנהייבן פֿון איינעם אַ זאַור, איינער פֿון די הונדערטער טויזנטער (אויב ניט מיליאָנען) דײַטשישע גאָרגלשנײַדער, וואָס זײַנען געווען פֿול אָנגעשטאָפּט מיט ווילדן ייִדנהאַס.


* * *

מעלדונג פֿונעם טשעריקאָווער שטאָטישן קאָמאַנדיר זאַור

פֿאַר אָפּזאָגן זיך צו טראָגן דעם אונטערשייד־צייכן איז דער ייִד פּלאָטקין דערשאָסן געוואָרן.

טשעריקאָוו, דעם 29.10.1941

די פּריוואַטע אײַנוווינער ווערט מיטגעטיילט, אַז דער ייִד זלמן פּלאָטקין פֿון טשעריקאָוו איז דעם 28.10.1941 דערשאָסן געוואָרן. ניט געקוקט אויף די פֿילצאָליקע באַפֿעלן האָט פּלאָטקין זיך אָפּגעזאָגט צו טראָגן דעם ייִדישן שטערן. אויסער דעם האָט ער אונטערגעהאַלטן פֿאַרבינדונגען מיט די פּאַרטיזאַנער.

זאַור, קאָמענדאַנט פֿון דער שטאָט טשעריקאָוו


פֿאַר דעם זעלבן זאַור דערלויב איך זיך מאַכן אַן אויסנאַם און ברענג נאָך זײַנס אַ ראַפּאָרט. דאָס מאָל אַן אויספֿירלעכן באַריכט מיט רעקאָמענדאַציעס, ווי אַמבעסטן און אַמשנעלסטן אומצוברענגען ייִדן. אַזוינע באַריכותדיקע מיטטיילונגען, געשריבן פֿון אָפֿיצירן, גענעראַלן, אײַנשליסנדיק דעם אָקופּאַנטישן הערשער פֿון ווײַסרוסלאַנד קובע און דעם רײַכס־קאָמיסאַר פֿון אָסטלאַנד לאָזע, זײַנען אין זאַמלבוך פֿאַראַן אַ היפּש ביסל, ממש אַ גאַנצע אינפֿאָרמאַציע־אַגענטור און אַלץ וועגן ייִדן.


* * *

ראַפּאָרט:

פֿונעם קאָמאַנדיר פֿון דער צענטער ראָטע, פֿופֿצענטן פּאָליציי־פּאָלק זאַור וועגן דער פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן אין פּינסקער געטאָ 29.10 — 01.11.1942

ניט פֿריִער, ווי דעם 02.11.1942

נאָך דעם, ווי דער באַפֿעל וועגן דרינגענדיקן מאַרש איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן, האָט די ראָטע, דעם 27.10.1942 באַקומען אַ באַפֿעל: דעם 28.10.1942, 21:00 אַזייגער אָנקומען קיין קאָברין. אין הסכּם מיט דעם באַפֿעל איז די ראָטע, אויף אויטאָמאַשינעס, אָנגעקומען קיין קאָברין און פֿון דאָרט אין מאַרשגאַנג קיין פּינסק. דעם מערבֿדיקן אַרויסגאַנג פֿון פּינסק האָט די ראָטע דערגרייכט דעם 29.10.1942, 4:00 אַזייגער.

אין פּינסק, אויף דער באַראַטונג בײַם קאָמאַנדיר פֿון פּאָלק קורסק, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 28.10.1942, איז באַשטימט געוואָרן, אַז צוויי באַטאַליאָנען — נעמלעך: דער צווייטער באַטאַליאָן פֿונעם פֿופֿצענטן פּאָליציי־באַטאַליאָן און דער צווייטער קאַוואַלעריע־דיוויזיאָן נעמען אויף זיך די אויסנדיקע אַרומרינגלונג, אין דער צײַט ווען די 10טע ראָטע פֿונעם 15טן פּאָליציי־פּאָלק און די 11טע ראָטע פֿונעם 11טן פּאָליציי־פּאָלק, אָן צוויי ווזוואָדן, ווערן אָנגעמערקט כּדי "דורכקאַמען" די געטאָ.

די 11טע ראָטע, אָן איין ווזוואָד, וועלכע איז אין אָוונט פֿרײַ געווען פֿון "דורכקאַמען", איז באַשטימט געוואָרן צו באַוואָרענען דעם זאַמלפּונקט און דעם טראַנספּאָרט ביז צום אָרט פֿון הינריכטונג, וואָס האָט זיך געפֿונען אַן ערך 4 קילאָמעטער נאָך פּינסק, און אַרומרינגלונג פֿונעם אָרט פֿון הינריכטונג. כּדי אויספֿילן די לעצטע אויפֿגאַבע זײַנען אויך אויסגענוצט געוואָרן רײַטער. אַזאַ מאָסמיטל האָט זיך פֿולקאָם באַרעכטיקט. אַזוי אַ שטייגער, זײַנען געכאַפּט געוואָרן 150 ייִדן, וועלכע ס’האָט זיך דאָך אײַנגעגעבן אַנטלויפֿן און אַפֿילו דערווײַטערן אויף עטלעכע קילאָמעטער.

לויטן באַפֿעל איז דאָס אַרומרינגלען די געטאָ אָנגעמערקט געווען אויף 4:30. אַ דאַנק דעם וואָס די אָנפֿירונג זעלבסט האָט פֿאָרלויפֿיק אַלץ אויסגעשפּירט און שטרענגער געהיימקייט, איז דאָס אַרומרינגלען דורכגעפֿירט געוואָרן אין אַ מינימאַלער צײַט און ס’איז געווען אויסגעשלאָסן, אַז ייִדן זאָלן קאָנען אַנטלויפֿן. דאָס "דורכקאַמען" די געטאָ האָט זיך באַדאַרפֿט אָנהייבן 6:00, נאָר איבער דער פֿינצטערניש איז דער אָנהייב אָפּגעלייגט געוואָרן אויף אָנדערטהאַלבן שעה.

די ייִדן, באַמערקנדיק, אַז ס’קומט עפּעס פֿאָר, האָבן זיך גענומען פֿרײַוויליק צונויפֿזאַמלען אויף די גאַסן, וווּ ס’פֿלעגט פֿאָרקומען די קאָנטראָלירונג. מיט דער הילף פֿון וואַכמײַסטער, האָט זיך שוין אין דער ערשטער שעה אײַנגעגעבן ברענגען צום זאַמלפּונקט עטלעכע טויזנט. ווען די איבעריקע ייִדן האָבן דערזען צו וואָס די זאַך נייגט זיך, זײַנען זיי צוגעשטאַנען צו דער קאָלאָנע. איבער אָט דעם אומגעהײַער גרויסן עולם, וועלכן די "עס־דע" (SD) האָט ניט פֿאָרויסגעזען, איז שוין אוממעגלעך געווען דורכפֿירן דעם קאָנטראָל אויפֿן זאַמלפּונקט. (לויטן פּלאַן האָט מען פֿאַר דעם ערשטן טאָג באַדאַרפֿט געווען אָפּטיילן ניט מער פֿון 1־2 טויזנט מענטשן).

די ערשטע אָפּעראַציע פֿון "דורכקאַמען" האָט זיך פֿאַרענדיקט 17:00. פֿאַר דעם ערשטן טאָג האָבן מיר געטויט בײַ 10 טויזנט מענטשן. בײַ נאַכט האָט די ראָטע זיך געפֿונען אין סאָלדאַטן־קלוב, אין שלאַכט־גרייטקייט.

דעם 30.10.1942 איז די געטאָ "דורכגעזוכט" געוואָרן אַ צווייט מאָל. דעם 31.10 — אַ דריט מאָל און דעם 01.11 — פֿערט מאָל. אין סך־הכּל זײַנען צום זאַמלפּונקט פֿאַרטריבן געוואָרן בײַ 15 טויזנט ייִדן. די קראַנקע אַלטע ייִדן און קינדער, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אין די שטיבער האָט מען געטויט דאָ, אין הויף פֿון געטאָ גופֿא. אין געטאָ זײַנען געטויט געוואָרן בײַ 1,200 ייִדן.

אַזאַ אינצידענט: אויפֿן סמך דערפֿון, וואָס די ייִדן, וועלכע וועלן אָנווײַזן, וווּ זיי האָבן פֿאַרבאַהאַלטן גאָלד, האָט מען צוגעזאָגט לעבן־בלײַבן, האָט איין ייִד געמאָלדן, אַז ער האָט באַהאַלטן אַ שלל מיט גאָלד. איין וואַכמײַסטער איז אַוועק מיט אים, נאָר אויף וויפֿל דער ייִד האָט אָנגעהויבן פֿאַרציִען די צײַט און געבעטן דעם וואַכמײַסטער, ער זאָל זיך מיט אים צוזאַמען אויפֿהייבן אויפֿן בוידעם האָט דער וואַכמײַסטער זיך אומגעקערט צוריק צום זאַמלפּלאַץ אין געטאָ.

דאָ האָט דער ייִד אָפּגעזאָגט זיך אַוועקזעצן, בײַנאַנד מיט אַלע ייִדן, אויף דער ערד. פּלוצעם האָט ער זיך אַ וואָרף געטאָן אויף איינעם פֿון די רײַטער פֿון קאַוואַלעריע־עסקאַדראָן, אַרויסגעכאַפּט בײַ אים די ביקס און אָנגעהויבן שלאָגן דעם רײַטער. בלויז אַ דאַנק דעם אַרײַנמישן זיך פֿון די סאָלדאַטן־אינפֿאַנטעריסטן, האָט זיך דעם ייִדנס אָנפֿאַל ניט אײַנגעגעבן. אויף וויפֿל ס’איז געווען פֿאַרבאָטן זיך צו באַנוצן מיט שיסגעווער, האָט מען אין דער פֿאַרקניפּנטער שלאַכט מיט ייִדן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן, אים מיט אַ האַק דערלאַנגט אַזאַ קלאַפּ, אַז ער איז אומגעפֿאַלן און פֿאַרבליבן ליגן אויף דער ערד. טאַקע דאָ אויפֿן אָרט האָט מען אים געטויט.

דעם 01.11 פֿון 17:00 איז די ראָטע באַשטימט געוואָרן אויף אויסערלעכער אַרומרינגלונג און דער צווייטער קאַוואַלעריע־אָטריאַד — אויף זײַן פֿריִערדיקער פּאָזיציע.

דעם 02.11.1942, 8:00 האָט די ראָטע פֿאַרלאָזט פּינסק און זיך געלאָזט צו דער פֿריִערדיקער פּאָזיציע. 13:00 האָט די ראָטע דערגרייכט קאָברין. צו 17:00 — אירע שטיצפּונקטן.


אויספֿירן:

די וואָס פֿירן דורך די רעוויזיע, דאַרפֿן בײַ זיך אומבאַדינגט האָבן העק, האַקמעסער און פֿאַרשיידענערליי אינסטרומענטן, ווײַל כּמעט אַלע טירן זײַנען פֿאַרשלאָסן, פֿאַרריגלט און עפֿענען קאָן מען זיי, נאָר אָנווענדנדיק כּוח.

אַפֿילו ווען ס’איז ניט צום געפֿינען אַן אַרויפֿגאַנג אויפֿן בוידעם דאַרף מען וויסן, אַז דאָרט געפֿינען זיך ייִדן. דערפֿאַר דאַרף מען די בוידעמער, אַמווייניסקסטן, העכסט זאָרגזאַם אונטערזוכן פֿון אויסן.

אַפֿילו ווען ס’זײַנען ניטאָ קיין קעלערס, באַהאַלטן זיך פֿיל ייִדן אין אונטערערד, אונטער דער פּאָדלאָגע. אַזוינע ערטער דאַרף מען אויפֿברעכן און פֿריִער לאָזן אַהין דינסטהינט. (אין פּינסק האָט דערבײַ פּרעכטיק זיך באַרעכטיק דער הונט "אַסטאַ"), אָדער וואַרפֿן אַהין האַנט־גראַנאַטן. בלויז נאָך די פֿאַלן קריכן פֿון דאָרט אַרויס די ייִדן.

עס פֿאָדערט זיך מיט האַרטע זאַכן אַרומטאַפּן אַבסאָלוט אַלץ, וואָס אַרום די שטיבער, ווײַל אָן אַ שיעור ייִדן באַהאַלטן זיך אויס אין גוט־פֿאַרמאַסקירטע גריבער.

כּדי אַנטפּלעקן די באַהעלטענישן רעקאָמענדירן מיר צוציִען מינדער־יאָריקע קינדער, צוזאָגנדיק שענקען זיי דאָס לעבן. אָט דער מעטאָד האָט זיך באַרעכטיקט.

פֿון דער אָנגעזאַמלטער פּראַקטיק בעת דער אַרומרינגלונג פֿון פּינסקער געטאָ, זײַנען קיין געהעריקע אויספֿירן ניט געמאַכט געוואָרן.

זאַור, קאַפּיטאַן פֿון דער שוצפּאָליציי און ראָטע־קאָמאַנדיר.


* * *

1941

די רציחות פֿון די דײַטשישע "קולטור־טרעגער"

נאָך ביז מײַן אָנטרעפֿן אין 1941 קיין רוסלאַנד האָב איך אין משך פֿון פֿערצן מעת־לעת זיך אָנגעזען, ווי די דײַטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר קולטור־טרעגער, באַגייען זיך מיט ייִדן. געווען איז עס אין פּוילן, אויף אַ גרויסן מיליטערישן לערנפּלאַץ. אַהין האָט מען פֿאַרטריבן טויזנטער ייִדן, כּדי זיי אומברענגען. פֿון פֿאַרטאָג ביז נאַכט האָט מען זיי, אויסגעפּײַניקטע פֿון הונגער, געטריבן אויף דער אַרבעט. די וואָס האָבן שוין אַרבעטן ניט געקענט, האָט מען פֿאַרניכטעט אויפֿן אָרט. סוף טאָג, ווען מען פֿלעגט זיי שוין פֿאַרטרײַבן הינטערן שטעכלדראָט, האָט מען זיי אַרײַנגעוואָרפֿן עטלעכע קוישן מיט שפּײַז־אָפּפֿאַלן און ווידער געשלאָגן און אַפֿילו דערשאָסן פֿון פּיסטוילן, זיי אויסשטעלנדיק אין אַ ריי. יעדן טאָג פֿלעגט מען אַזוי אַרום אומברענגען 10־12 ייִדן. אויף מײַן פֿראַגע, צוליב וואָס טוט איר עס? האָט מען מיר געענטפֿערט: "זיי, די ייִדן, דאַרפֿן מיר אומברענגען אַלע ביז איינעם".

מיטן העכסטן שטאַפּל פֿון ווילדע רציחות האָב איך זיך אָנגעזען אין בערדיטשעוו. געווען איז עס ווי נאָר כ’בין אָנגעקומען קיין אוקראַיִנע. איבער די גאַסן האָט מען געטריבן קאָלאָנעס ייִדן און מיט לאַסטמאַשינען, מאָטאָציקלען פֿלעגט מען זיי איבערפֿאָרן, טויטן, קאַליעטשען. די וועלכע מען האָט מאָביליזירט אויף וועג־אַרבעטן, פֿלעגן די דײַטשן מיט בײַטשן שמײַסן ביז טויט. מיט מערדערישן כּעס האָט מען אין זייערע שטיבער לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט אַלטע לײַט און קליינע קינדער. איך בין געווען אַן עדות, ווען אין סעפּטעמבער 1941 האָט מען פֿאַר איין טאָג אומגעבראַכט פֿיל טויזנטער ייִדן און אַרײַנגעוואָרפֿן אין ריזיקע גריבער, וועלכע די קרבנות אַליין האָבן אויסגעגראָבן. דאָס וועל איך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן.

איבערלויפֿער האַנס רודהאָף, 11טע טאַנק־דיוויזיע, 110טער פּאָליציי־פּאָלק

(קאָמענטאַרן פֿון די צונויפֿשטעלער: די מיטטיילונג פֿונעם איבערלויפֿער האַנס רודהאָף איז עדות־זאָגן פֿון אַ דײַטש, וואָס האָט אַלץ געזען מיט די אייגענע אויגן און דערפֿאַר דאַרף עס אָנגענומען ווערן, ווי אַ היסטאָרישער דאָקומענט).


דער באַרימטער רוסישער שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן דערציילט אין "שוואַרצן בוך", וואָס איז דערשינען אין "יד־ושם", ווי דעם 15טן סעפּטעמבער האָבן די דײַטשישע נאַציסטן אומגעבראַכט 12 טויזנט ייִדן. די טראַגעדיע איז פֿאָרגעקומען אויפֿן פֿעלד, וואָס איז נאָענט צום בערדיטשעווער פֿליפֿעלד.


* * *

פֿון די אינפֿאָרמאַטיווע מיטטיילונגען, צוגעגרייט פֿון דער שטאַב־קאָמאַנדע בײַם שעף פֿון זיכערהייט־פּאָליציי און SD וועגן דער לאַגע און טעטיקייט פֿון די איינזאַץ־גרופּעס אויף דער אָקופּירטער טעריטאָריע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד — וועגן די שטראָף־מיטלען לגבי דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

06.03.1942, בערלין

ענין פֿון מלוכישער וויכטיקייט!

...איינזאַץ־גרופּע: C דיסלאָקאַציע־אָרט: קיִעוו

דאָס קאָלאַבאָרירן מיט די אוקראַיִנישע אינסטאַנצן און מיליצן איז אין אַלגעמיין אַ גוטע. פֿאַלן, ווען אויף די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָסטנס ווערן באַשטימט פּערזאָנען אָן דעם געהעריקן פֿאָרזיכט און זאָרגזאַמקייט דערווײַזט אַזאַ פֿאַקט: דער בירגערמײַסטער פֿון קרעמענטשוק זעניצאַ איז אַרעסטירט, ווײַל ער האָט סאַבאָטירט דעם באַפֿעל. די טשינאָווניקעס פֿון דער איינזאַץ־קאָמאַנדע האָבן פֿעסטגעשטעלט, אַז ער האָט באַוווּסטזיניק זיך באַנוצט מיט פֿאַלשע אַנקעטעס. סאַבאָטירן די לייזונג פֿון דער ייִדן־פּראָבלעם האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויף אַזאַ אופֿן: דעם עלטערן גלח, פּראָטאָיִריי כאַמאַנסקי האָט ער באַפֿולמעכטיקט טויפֿן און גיבן קריסטלעכע נעמען די ייִדן. זײַן אַרעסט האָט אויסגעמיטן די מעגלעכקייט, אַז פֿיל ייִדן זאָלן אויסמײַדן דעם דײַטשישן קאָנטראָל.

זעניצאַ איז דערשאָסן.


* * *

די זאָנדער־קאָמאַנדע 4B האָט דערשאָסן 1,317 מענטשן. (63 פּאָליטישע אַקטיוויסטן, 30 סאַבאָטאַזשניקעס און פּאַרטיזאַנער און 1,224 ייִדן). אַ דאַנק דעם מאָסמיטל, איז אויך די שטאָט אַרטיאָמאָווסק פֿרײַ פֿון ייִדן.

אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿון דער איינזאַץ־קאָמאַנדע 5 זײַנען דערשאָסן געוואָרן 114 פּאָליטישע אַקטיוויסטן, סאַבאָטאַזשניקעס, רויבער און 1,580 ייִדן.

אַ דאַנק די מאָסמיטלען, פֿאָרגענומענע פֿון דער איינזאַץ־קאָמאַנדע 6, זײַנען די שטעט גאָרלאָווקע און מאַקייעווקע באַפֿרײַט פֿון ייִדן. דער טייל ייִדן, וועלכע זײַנען נאָך פֿאַרבליבן אין סטאַלינאָ וועלן מיר אַרויספֿירן, ווי נאָר דער וועטער וועט דערלויבן. עקזעקוציע־באַשטראָפֿונגען האָבן באַקומען 493 פּערזאָן (80 פּאָליט־אַקטיוויסטן, 44 סאַבאָטאַזשניקעס, רויבער און 369 ייִדן).


* * *

מיטטיילונג פֿון קרײַז־קאָמיסאַר אין גראָדנע וועגן אַרויסטראָגן טויט־אורטיילן דעם פּאָרפֿאָלק יאַשקיליעוויטש


גראָדנע, דעם 01.11.1943

פֿאַר אויסבאַהאַלטן ייִדן זײַנען פֿאַראורטיילט צו טויטשטראָף:

יאַשקיליעוויטש היפּאָליט, 1901, אַ געבוירענער אין יאַשקיליעוויטש, אַ ליטווינער, אַ פּויער, אַ באַווײַבטער.

יאַשקיליעוויטש מאַריאַ, 1887, אַ געבוירענע אין קראַסנאָיע, אַ ליטווינערין, אַ חתונה־געהאַטע.

ביידע האָבן זיי געוווינט אין יאַשקיליעוויטש, קרײַז גראָדנע, זייער פֿאַרמעגן איז קאָנפֿיסקירט פֿאַרן ווויל פֿון דײַטשלאַנד.

(דער דאָקומענט האָט זיך געפֿונען אין מלוכה־אַרכיוו פֿון גראָדנער געגנט)


30 אויגוסט 1943

גלובאָקע

געהיים

הויכגעשעצטער גאַולייטער!

באַשטעטנדיק דאָס באַקומען אײַערע בריוו פֿונעם 26.08.1943 וועגן ליקווידירן די געטאָ אין גלובאָקע, טייל איך אײַך מיט פֿאָלגענדיקס:

פֿרײַטיק, דעם 20סטן, דעם חודש, 5:00 האָט זיך דערהערט אַ שיסערײַ, וואָס האָט זיך דערטראָגן פֿון געטאָ. דאָס האָבן די ייִדן זיך ניט אונטערגעוואָרפֿן דעם באַפֿעל באַפֿרײַען די געטאָ. מײַנע אונטערהאַנדלונגען מיט דעם יודענראַט האָט די לאַגע ניט געענדערט.

אין רעזולטאַט פֿון דער קעגנזײַטיקער שיסערײַ האָט זיך אָנגעהויבן אַ שׂרפֿה וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער די הילצערנע שטיבלעך מיט שטרויענע דעכער.

וועגן דעם מאַסשטאַב פֿונעם קאַמף אין געטאָ קען איך דערווײַל ניט מיטטיילן, נאָר זאָגן קען איך, אַז פֿאַר די לעצטע וואָכן איז די גלובאָקער געטאָ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געפֿערלעכן צינדשײַטער, וועלכן מען האָט ניט געטאָרט ניט דערשאַצן. אַזוי, אַ שטייגער, האָט, לויט מײַן מיינונג, בלויז אַ גליקלעכער צופֿאַל אָפּגעפֿירט די דראָענדיקע געפֿאַר, וואָס די געטאָ האָט אַרויסגעוויזן. גלובאָקע איז שוואַך באַוואַכט. דורכפֿירן די פֿולע קאָנפֿיסקאַציע פֿון פֿאַרמעגן, וואָס געפֿינט זיך אין געטאָ, האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. מיט דעם האָט זיך פֿאַרנומען אַן אָפּטייל נ’ 30 פֿון וואַלייקי.

פּאַול האָכמאַן


און איצט אַ צוגאָב, וואָס קומט ניט פֿון געביטס־קאָמיסאַר האָכמאַן:

נאָך דעם ווי אין גלובאָקע איז ליקווידירט געוואָרן די געטאָ, האָט די דײַטשישע פּרעסע, מיט גרויסע אותיות מיטגעטיילט, אַז אין גלובאָקע איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אַ גרויסע פּאַרטיזאַנער־נעסט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טויזנט מענטשן, אין דער שפּיץ מיט אַ 70־יאָריקן רבֿ.

שאַנעווענדיק דעם לייענער, וועל איך מער קיין פֿאַקטן, ראַפּאָרטן פֿון די בלוט־פֿאַרגיסער ניט ברענגען. אָפּגעבנדיק אַ חשבון, ווי פֿלײַסיק, צו מאָל איבער דער מאָס, מען פֿילט אויס די מאַסנמאָרד־מיסיע, איז זיי אויפֿן זינען ניט געקומען, אַז פֿאַרגאָסן בלוט רוט ניט, און מיט דער צײַט וועלן זייערע געהיימע באַריכטן אויסגעפּויקט ווערן פֿאַר גאָר דער וועלט און דינען ווי אַ באַשולדיקונגס־אַקט קעגן זיי אַליין.

די גענויע אָפּשאַצונגען וועגן די זעלבסט־דורכגעפֿירטע מערדערישע אַקציעס באַווײַזן אין זייער גאַנצן גרויל ניט נאָר די בלוטיקע מעשׂים פֿון זייער בעסטיאַלישער אַרבעט, נאָר אויך זעלטענע ייִדישע געוואַגטקייט און שרעקלאָזיקייט קעגן דער נאַציסטישער מעכטיקער, ספּעציעל אויסגעשולטער מאָנסטער־מאַשין.

קעגן זייער ווילן באַשטעטיקן זיי דעם אומבאַשטרײַטן פֿאַקט פֿון אונדזער עקשנותדיקן אויסדויער, אַז דאָס דאָקומענטירן פֿון קאַניבאַלן אונדזער בלוטיקע טראַגעדיע איז נאָך אַ וויכטיקער דערקענטעניש־מיטל, אַ שטודיום־אָביעקט, וואָס מען דאַרף נאָך פֿאָרשן וואָס טיפֿער און גרינטלעכער.

פֿאַר היסטאָריקער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיטן חורבן און גבֿורה זײַנען עס ווערטפּאַפּירן פֿון גרויס וויכטיקייט. דאָס איז געזאָגט ניט סתּם אין דער וועלט אַרײַן. די דײַטשישע רוצחים, וואָס האָבן פֿאַרפֿיקסירט דעם פֿאַקט, ווי אין אָקטאָבער 1941 האָט זלמן פּלאָטקין זיך אָפּגעזאָגט טראָגן דעם ייִדישן אונטערשייד־צייכן און דערפֿאַר דערשאָסן געוואָרן, זיי וועלן געצוווּנגען זײַן רעגולער אינפֿאָרמירן בערלין, ווי מיט דער צײַט האָט דער ייִדישער ווידערשטאַנד באַקומען אַזאַ לעגענדאַר־גיבורישע קראַפֿט, ווי ס’האָבן אַרויסגעוויזן די אויפֿשטענדלער אין וואַרשעווער געטאָ און אין סאָביבאָרער אומקום־לאַגער.

דאָס קלינגט, מעגלעך, אויסטערליש, נאָר אויב פֿאַרגלײַכן די עדות־אַרויסזאָגונגען פֿון די וועמען ס’האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסצורײַסן פֿון די געטאָס, לאַגערן, און באַווײַזן פֿון די מערדער אַליין, איז אָפֿט אײַנצוזען אַ געוויסע געבונדנקייט. אַזוי האָב איך עס לעצטנס געשפּירט אין דער מיטטיילונג פֿון געביטס־קאָמיסאַר אין גלובאָקע, דעם גענעראַל־קאָמיסאַר פֿון ווײַסרוסלאַנד און אין די מאַטעריאַלן פֿון מ. און ג. ראַיאַק... "די פֿאַרניכטונג פֿון ייִדן אין גלובאָקע און אין אַנדערע שטעטלעך", אָנגעשריבן מיט נשמה־פֿיבער לויט די פֿרישע שפּורן און פֿאַרעפֿנטלעכט אין "שוואַרצן בוך", ווי אויך אין משה צימקינדס ערשט־דערשינענעם אין תּל־אָבֿיבֿער "ה. לייוויק"־פֿאַרלאַג בוך "מיר איז באַשערט געווען לעבן בלײַבן".

יעדער דאָקומענט, עדות־זאָגן וועגן ייִדישן אומקום און גבֿורה, געבויט אויף רעאַלע פֿאַקטן, איז געשיכטע; אונדזער געשיכטע.