פֿון דער שטאָט טשאַפּעל־היל אינעם שטאַט נאָרד־קאַראָלײַנאַ האָבן מיר באַקומען אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן חנעוודיקן נאָמען "I Can't Complain But Sometimes I Still Do" [איך דאַרף זיך נישט באַקלאָגן, אָבער באַקלאָג זיך פֿון דעסטוועגן]. עס זינגט און שפּילט אויפֿן פֿידל דשיין פּעפּלער, און בײַ דער פּיאַנע שפּילט אַבֿיבֿה ענאָך. טשאַפּעל־היל איז מער באַקאַנט ווי די היימשטאָט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ", און דער שטאַט צפֿון־קאַראָלײַנאַ איז אַ צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק, אָבער צו הערן אַ ייִדיש וואָרט פֿון דאָרטן איז מער נישט קיין גרויסע איבערראַשונג. יאָרן לאַנג האָט מען געלערנט ייִדיש אינעם אוניווערסיטעט, און דער יערלעכער "שאַרלאָטער ייִדיש־אינסטיטוט" איז געוואָרן אַ וויכטיקע אונטערנעמונג אויף דעם ייִדישן קולטור־קאַלענדאַר.
דזשיין פּעפּלער האָט אָנגעהויבן צו זינגען ייִדישע לידער אין 1979. פֿערצן יאָר האָט זי דיריגירט מיטן "טרײַאַנגל ייִדישן כאָר". פֿאַר דעם האָט זי זיך באַטייליקט אינעם סלאַווישן כאָר בײַם "יעיל אוניווערסיטעט" און אויך געשפּילט פֿידל אינעם "יעיל־סימפֿאָניע־אָרקעסטער". ס׳האָט זי אינטערעסירט די מוזיק פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער אין דער וועלט, און זי איז הײַנט אַ מוזיקער אין דער גרופּע "מאַפּאַמונדי", אַ גרופּע וועלכע שפּילט אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָלקמוזיק.
די ייִדישע שפּראַך שטודירט פּעפּלער מיט ד״ר שבֿע צוקער און האָט שוין איבערגעזעצט אַ צאָל דערציילונגען און יעקבֿ דינעזאָנס קלאַסישן ראָמאַן "יאָסעלע". עטלעכע פֿון די לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל האָט זי זיך אויסגעלערנט אינעם "קלעזקעמפּ", וואָס קומט פֿאָר אין די קעטסקיל־בערג יעדן דעצעמבער, בפֿרט אין די דאָרטיקע "מײַסטער־געזאַנג־קלאַסן" מיט די לערערס זלמן מלאָטעק און חנה קופּער.
די מעלות פֿון דער רעקאָרדירונג זענען דער אויסקלײַב פֿון די לידער און די פּאַסיקע פֿאָלקישע אַראַנזשירונגען. וואָס שייך דעם אויסקלײַב, פֿרייט אונדז, וואָס די גרופּע שטעלט פֿאָר לידער פֿון כּלערליי זשאַנערן, וועלכע ווערן זעלטן געזונגען, און נאָך זעלטענער רעקאָרדירט. אָבער אינפֿאָרמאַציע וועגן די לידער, מחבר און קאָמפּאָזיטאָר, פֿעלן אין דער באַגלייט־אינפֿאָרמאַציע צו דער רעקאָרדירונג, און אַפֿילו אויף דער וועבזײַט.
די לידער "זינג, ברידער זינג" און "ביראָבידזשאַן" הערן מיר צום ערשטן מאָל. די מעלאָדיע פֿון "ביראָבידזשאַן" איז גאָר שיין און די פּיאַנע און פֿידל פֿלעכטן זיך אַרײַן און אַרויס, און שאַפֿן אַן איידעלע שטימונג. געוויינטלעך זענען די לידער וועגן ביראָבידזשאַן גיכער און פֿריילעך, אָבער דאָס ליד, פֿול מיט האָפֿענונג פֿאַרן מאָרגן, באַשטייט פֿון אַ גאַנץ אַנדערן סענטימענט. איציק פֿעפֿערס ליד "די עלטער" האָבן מיר אויך פֿריִער נישט געקענט, און ווייסן נאָר פֿון דער מעלאָדיע וואָס חווה אַלבערשטיין האָט געשאַפֿן און רעקאָרדירט מיט די "קלעזמאַטיקס" אויף דער רעקאָרדירונג "דער ברונעם".
פּעפּלער האָט קאָמפּאָנירט אַן אָריגינעלע, געראָטענע מעלאָדיע צום פֿאָלקסליד "האָב איך מיר אַ מאַנטל", און צוגעגעבן אַ נײַע סטראָפֿע צום ליד "גריס, באַגריס" וואָס לאַזאַר ווײַנער און לייבוש לעהרער האָבן געשאַפֿן פֿאַרן קעמפּ בויבעריק אין די 1920ער יאָרן. זי האָט זיך אויסגעלערנט דאָס ליד פֿון זלמן מלאָטעק אינעם "קלעזקעמפּ". אויך אַן אָריגינגעלע שאַפֿונג איז "הילדעס וואַלץ", פֿון דער פּיאַניסטקע אַבֿיבֿה ענאָך, דאָס איינציקע אינסטרומענטאַלע שטיקעלע אויפֿן קאָמפּאַקטל.
"דן און דאָניע", ווערטער פֿון ה. רויזענבלאַט, מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, האָבן זיי זיך אויסגעלערנט פֿונעם געזאַנג־בוך "פּערל פֿון ייִדישן ליד" פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק. דזשיין פּעפּלער האָט בפֿירוש ליב פֿאָלקסלידער אָדער די קונסטלידער ווי "דן און דאָניע", וואָס טראָגן אַ פֿאָלקישן כאַראַקטער. דער דועט מײַדט נישט אויס, אָבער, טעאַטער־לידער, ווי מאַלי פּיקאָנס "אַ ביסל ליבע" פֿון יוסף רומשינסקי, וואָס שטאַמט פֿון דער פּיעסע "ציפּקע", אין 1924. דער מילקין־אַרכיוו האָט דאָס ליד אַרײַנגענומען אין זייער סעריע, געזונגען פֿון אַ זינגערין מיט אַ שטאַרקן קול און אַן אָרקעסטער־באַגלייטונג. פּעפּלערס מער פּשוטער נוסח, האָט אויך חן .
דאָס קאָמישע פֿאָלקסליד "פֿרײַטיק אויף דער נאַכט" איז געווען זייער פּאָפּולער אין "דער אַלטער היים", און ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו הערן מיט ענאָכס פּיאַנע־באַגלייטונג. פּעפּלערס קול אײַלט זיך אַ ביסל צו גיך דאָ. איר קול איז נישט גענוג שטאַרק אָדער טרענירט נאָכצוהאַלטן די גיכערע טעמפּאָס וואָס זי מיט דער פּיאַנע־באַגלייטערין שטעלן פֿאָר. שוין בעסער צו זינגען מער פּאַוואָליע און קענען נאָכהאַלטן מיט מער זיכערקייט. דעריבער קלינגט דאָס קול אַ ביסל נישט מסוגל צו זינגען אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן אין געוויסע לידער. אין "האַרבסטליד" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, זינגט זי האַרציק, אָבער אויך צו געאײַלט....
להיפּוך צו דעם, הערט מען אין דער "תּפֿילה גאָט פֿון אַבֿרהם", וואָס ווערט געזונגען אָן באַגלייטונג, און אין "באָבעניו" ("זאָג נאָך נישט גאָט פֿון אַבֿרהם") ווי זי זינגט מער פּאַמעלעך און מע פֿילט בפֿירוש, אַז די זינגערין שטרענגט זיך נישט אָן, און זינגט ווי עס דאַרף צו זײַן.
די רעקאָרדירונג שליסט זיך מיטן טעאַטער־ליד "גליק", פֿעפֿערס און יאַמפּאָלסקיס "אַ ייִדישע חתונה" און אַ העברעיִש ליד "טעם המן".
דזשיין פּעפּלער און אַבֿיבֿה ענאָך האָבן אַ סך מי אַרײַנגעלייגט אין די אַראַנזשירונגען, און די צוויי מוזיקער האָבן פֿעיִק איבערגעגעבן די לידער, מע זאָל זיי וועלן הערן נאָך אַ מאָל. אַזוי ווי ס׳רובֿ קאָמפּאַקטלעך הײַנט שטעלן דעם טראָפּ אויף קלעזמער־מוזיק, און נישט אויף ייִדישע לידער, איז אַ מחיה צו הערן אַזאַ רעקאָרדירונג, וואָס דריקט אויס די ליבשאַפֿט צום ייִדישן וואָרט און געזאַנג.