ליטעראַטור
רוסישע איבערזעצונג פֿון ישׂראל־יהושע זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי"
רוסישע איבערזעצונג פֿון ישׂראל־יהושע זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי"

אַ פּאָר רוסישע פֿאַרלאַגן האָבן זיך מיט עטלעכע יאָר ערנסט פֿאַרנומען מיט ייִדישער ליטעראַטור — דהײַנו, מיט די קלאַסישע ווערק, וועלכע זענען טאַקע אָנגעשריבן אויף דער ייִדישער שפּראַך. בײַ ס׳רובֿ רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדישע ליטעראַטור באַשטייט, כּלומרשט, בלויז פֿון רוסישע אָדער ענגלישע ביכער, וווּ עס ווערן כאָטש אַ פּאָר מאָל דערמאָנט די ייִדישע טעמעס, ווי אויך פֿון ווייניק־באַקאַנטע ישׂראלדיקע ביכער אויף העברעיִש.

לויט אַן אויספֿרעג אויף אַ באַקאַנטער ליטעראַרישער וועבזײַט "בוקניקי", האַלט אַ גרויסער טייל ייִדן אין רוסלאַנד, אַז זיי "פֿילן זיך ווי אַ ייִד", ווען זיי לייענען די "ייִדישע שרײַבערין" דינה רובינאַ — אַ ישׂראלדיקע פּראָזאַיִקערין, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין טאַשקענט און שרײַבט אויף רוסיש וועגן איר לעבן אין ישׂראל און אַנדערע טעמעס, וואָס האָבן אַ קליינעם שײַכות צו דער ייִדישער קולטור און נאָך ווייניקער צו דער ייִדישער שפּראַך.

איין רובינאַס דערציילונג הייסט "מײַן פּידזשאַק אין ווײַסע קלעטקאַ", וואָס קלינגט ווי אַ פּאַראָדיע אויף אַ צעבראָכענעם ייִדיש. אין דער אמתן, גייט דאָרטן אַ רייד וועגן אַ רוסישן דײַטש, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, אָבער קאָן נישט רעדן אויף דײַטש. די ייִדישע שפּראַך ווערט אויך דערמאָנט אין יענער דערציילונג, אין דער פּערזאָן פֿון אַ רוס מיטן נאָמער "פּיעטיאַ טשערנאָוסאָוו", וועלכער האָט אויסגעלערנט ייִדיש און לייענט פֿאָר זײַנע לידער פֿאַר אַן אַסימילירטער ייִדישער אוידיטאָריע, וועלכע האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין קיין איינציק וואָרט.

ס׳איז קלאָר, אַז אונטער דעם דורכזיכטיקן פּסעוודאָנים האָט רובינאַ געמיינט דעם באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, וועלכער איז טאַקע געווען אַן עטנישער רוס און אַ פּראַוואָסלאַוונער קריסט. פֿון צײַט צו צײַט, בלויז אַ פּאָר מאָל, ווערט ייִדיש דערמאָנט אין רובינאַס ווערק דווקא ווי אַ טויטע שפּראַך, וואָס אינטערעסירט בלויז אַ פּאָר עקסצענטרישע פּערסאָנאַזשן. צוליב איר שטאַרקן ישׂראלדיקן פּאַטריאָטיזם ווערט זי אָבער באַטראַכט אין רוסלאַנד ווי די בעסטע "ייִדישע שרײַבערין".

דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז דער באַגריף "ייִדישע ליטעראַטור" ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד נישט מיט דער שפּראַך און קולטור, נאָר מיט ראָמאַנטישע און נאַציאָנאַליסטישע עמאָציעס. די קריטיקער פֿון אַזאַ צוגאַנג טענהן, אַז לויט אַזאַ לאָגיק דאַרף מען אַרײַנשרײַבן דעם רוסישן קלאַסיקער ניקאָלײַ גאָגאָל אין דער רשימה פֿון "ייִדישע שרײַבער". אין זײַן ראָמאַן "טאַראַס בולבאַ" ווערן גאַנץ פּרטימדיק באַשריבן די סצענעס פֿון קאַזאַקישע פּאָגראָמען אויף ייִדן. אַ טייל קריטיקער, בתוכם דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור־קענער מיכאל ווײַסקאָפּף, האַלטן, אַז גאָגאָל אַליין האָט זיך באַצויגן צו ייִדן מיט סימפּאַטיע, און האָט נישט געשטיצט די שוידערלעכע מעשׂים פֿון זײַנע ליטעראַרישע העלדן. מע קאָן גרינג פֿאַרגלײַכן גאָגאָלס "טאַראַס בולבאַ" מיט באַבעלס "רײַטער־אַרמיי", וווּ עס ווערט אויך געשילדערט דאָס אַנטיסעמיטישע אַכזריות.

לויט אַזאַ לאָגיק איז "אין לדבֿר סוף". ראָמאַנטישע באַציִונגען צו ליטעראַטור זענען גליטשיק און צווייפֿלהאַפֿטיק, און קומען אין סתּירות מיט דער אָנגענומענער דעפֿיניציע פֿון נאַציאָנאַלער ליטעראַטור, וואָס איר הויפּט־קריטעריע איז די שפּראַך. איציק מאַנגער און אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו זענען ייִדישע פּאָעטן, אָבער איסאַק באַבעל און דינה רובינאַ זענען רוסישע שרײַבער.

אַ צאָל אַנדערע פֿעלקער געפֿינען זיך אין אַן אַנדער סיטואַציע; למשל, די אירלענדישע שרײַבער האָבן געשאַפֿן, אַחוץ דער געליש־אירישער ליטעראַטור, אויך אַ ריזיקע ענגליש־אירישע ליטעראַרישע טראַדיציע, וועלכע האָט זיך אַנטוויקלט אין אירלאַנד במשך פֿון אַרום 700 יאָר. בײַ די אַשכּנזישע ייִדן זענען אויך פֿאַראַן צוויי גרויסע ליטעראַרישע טראַדיציעס — אויף ייִדיש און אויף העברעיִש. קיין ספּעציפֿישע ייִדישע ליטעראַטור אויף רוסיש איז אָבער דערווײַל נישטאָ.

די ייִדישע לייענער אין רוסלאַנד קאָנען, געוויינטלעך, אויך אַ פּאָר ייִדישע שרײַבער: שלום־עליכם איז אָבער פֿאַר אַ סך פֿון זיי "צו אַלט־מאָדיש" און באַשעוויסן קענען זיי ווי אַן ענגלישן מחבר, ווײַל מע זעצט אים כּסדר איבער פֿון ענגליש. דער עולם קאָן אויך דעם העברעיִשן עגנונען, אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער צווײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע.

צוליב דער טעטיקייט פֿון אַ פּאָר ענטוזיאַסטישע איבערזעצער, ווערט דער מצבֿ, צו ביסלעך, פֿאַרבעסערט. מיט אָנדערהאַלב יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעגעבן, אַז ישׂראל נעקראַסאָוו, אַ פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט, איבערזעצער און אַ פֿילאָלאָג, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע רוסישע איבערזעצונגען פֿון שלום אַשס "קידוש־השם" און יצחק באַשעוויסעס "שׂטן אין גאָרײַ".

מיט אַ חודש צוריק האָט דער פֿאַרלאַג "טעקסט", בשותּפֿות מיטן פֿאַרלאַג "קניזשניקי", אַרויסגעגעבן נעקראַסאָווס נײַע רוסישע איבערזעצונג — ישׂראל־יהושע זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי". דאָס בוך איז אַרויס מיט דער הילף פֿונעם פֿאָנד "אָבֿי חי".

איך וואָלט אויך געוואָלט באַדאַנקען דעם ניו־יאָרקער "אַרבעטער־רינג", וועלכער האָט אַן אומדירעקטע שײַכות צו דער פּובליקאַציע. דאָרטן האָב איך אַמאָל געקראָגן דעם י. י. זינגערס ראָמאַן, און איבערגעגעבן אים נעקראַסאָוון, מיט עטלעכע יאָר צוריק. ס׳איז שווער צו געפֿינען ייִדישע ביכער אין רוסלאַנד, און דערצו זענען די ווערק פֿון ביידע ברידער זינגער נישט בנימצאָ אין די אינטערנעץ־ביבליאָטעקן.

אין די לעצטע יאָרן האָבן די פֿאַרלאַגן "טעקסט" און "קניזשניקי" איבערגעדרוקט אויך אַ ריי אַלטע סאָוועטישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: דער ניסתּרס "משפּחה מאַשבער"; שלום אַשס "אַמעריקע"; משה קולבאַקס "זעלמעניאַנער". אַחוץ דעם, האָבן זיי אַרויסגעגעבן אַ גאַנצע ריי באַשעוויסעס־ווערק, על־פּי־רובֿ איבערגעזעצט פֿון ענגליש.

הײַנט וווינען אין רוסלאַנד צוויי ייִדישע באַגאַבטע שרײַבער און פּאָעטן, ישׂראל נעקראַסאָוו און וועלוול טשערנין, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, און ווײַזן דעם רוסיש־רעדנדיקן עולם, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ רײַכע, פֿילאַרטיקע ליטעראַטור אויף דער ייִדישער שפּראַך, אַחוץ די "איקאָנישע" שלום־עליכמען און באַשעוויסן. טשערנין האָט איבערגעזעצט מיכאל פֿעלזענבאַומס ראָמאַן "שבתדיקע שוועבלעך" און חיים גראַדעס זאַמלונג "דער שטומער מנין".

נעקראַסאָווס אויסקלײַב פֿון איבערזעצונגען רעפּרעזענטירט אַ געוויסע קאָנצעפּציע: צו ווײַזן, אַז אַזוי ווי אין אַלע גרויסע וועלט־ליטעראַטורן — למשל, פֿראַנצויזישע אָדער כינעזישע — איז בײַ ייִדן אויך פֿאַראַן אַ באַשטימטע און אַנטוויקלטע ליטעראַרישע טראַדיציע. באַשרײַבונגען וועגן דעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות, אמתע און אויסגעטראַכטע, פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט צווישן די ייִדישע קלאַסישע ווערק; אַ פֿריִיִקער באַרימטער מוסטער פֿון אַזאַ זשאַנער, גליקל האַמעלס זכרונות, איז אָנגעשריבן געוואָרן נאָך מיט 300 יאָר צוריק.

יצחק באַשעוויס איז געווען אַ טייל פֿון אַ גאַנצער שרײַבערישער משפּחה. דאָס אַליין וועט זײַן אַ חידוש פֿאַר אַ סך רוסישע לייענער. אַ טייל קריטיקער האַלטן, אַז זײַן ברודערס ווערק זענען אַפֿילו מער געראָטן, הגם זיי זענען ווייניקער באַקאַנט. באַשעוויסעס עלטערע שוועסטער, אסתּר קרייטמאַן, איז אויך געווען אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין.

די רוסישע לייענער וועלן קאָנען פֿאַרגלײַכן י. י. זינגערס "משפּחה קאַרנאָווסקי" מיט באַשעוויסעס ווערק — למשל, מיטן משפּחה־ראָמאַן "די פֿאַמיליע מושקאַט", איבערגעזעצט מיט דרײַ יאָר צוריק פֿון ענגליש, דורך אַלכּסנדר ליווערגאַנט. אין באַשעוויסעס ראָמאַן גייט אַ רייד וועגן אַ ייִדישער משפּחה אין פּוילן; דאָס בוך איז פֿאַרענדיקט געוואָרן אינעם יאָר 1939, גלײַך פֿאַרן חורבן. "די משפּחה קאַרנאָווסקי" איז אַ ראָמאַן וועגן דעם לעבן פֿון עמאַנציפּירטע פּוילישע און ליטווישע ייִדן אין בערלין; דאָס בוך איז אָנגעשריבן בעת דעם חורבן און טראָגט אַ סתּירותדיקן טאָן.

י. י. זינגער קריטיקירט די דײַטשישע ייִדן פֿאַר זייער משׂכּילישער קולטור־אַסימילאַציע; עס דאַכט זיך אַפֿילו, אַז דער מחבר, ווי אַ זון פֿון אַן אולטראַ־קאָנסערוואַטיוון חסידישן רבין, באַטראַכט דעם חורבן ווי אַן עונש פֿאַר די ייִדישע זינד. אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט אינעם ראָמאַן די טעמע פֿון ראַסיסטישע טעאָריעס, מיט וועלכע ס׳איז געווען דורכגעזאַפּט די דעמאָלטיקע דײַטשישע געזעלשאַפֿט.

דער הויפּט־העלד, געאָרג קאַרנאָווסקי, האָט חתונה געהאַט מיט אַ דײַטשישער פֿרוי, האָפֿנדיק, אַז די גענעטישע אויסמישונג מיט אַן אַנדער ראַסע וועט ראַטעווען זײַנע קינדער פֿון "דעגענעראַציע"; אַ פֿאַשיסטישער דאָקטער באַליידיקט אָבער געאָרגס זון, יעגאָר, און קוקט אויף אים ווי אויף אַן "עקלדיקן מישלינג", אַן אונטערמענטש. אַפֿילו ווען דער משפּחה גיט זיך אײַן צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד, ווערט יעגאָר שיִער נישט משוגע, דערנעענטערט זיך אַליין צו נאַציזם, און צום סוף פּרוּווט ער צו נעמען זיך דאָס לעבן — נאָכדעם, ווי ער האָט דערשאָסן זײַן געוועזענעם פֿרײַנד, וועלכער האָט אים סעקסועל באַלעסטיקט.

אין באַשעוויסעס ווערק טרעפֿט זיך אָפֿט די טעמע פֿון משוגעת. בדרך־כּלל, זענען י. י. זינגערס ווערק מער ראַציאָנאַליסטיש. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז דער-אָ ראָמאַן איז טיילווײַז אַפֿילו מער משוגעתיש און מרה־שחורהדיק, ווי די פּכיסישע סתּירות בײַ באַשעוויסן. הינטער דעם ראַציאָנעלן פֿאָן פֿון דעם סיפּור־המעשׂה באַהאַלט זיך דער בייזער פּיסק פֿון ראַסיזם. זינגערס באַשרײַבונג פֿון פֿאַשיסטישער אידעאָלאָגיע האָט אַמאָל אַ סוררעאַליסטישן טעם. די באַציִונג פֿון די ייִדישע פּערסאָנאַזשן צו די פֿראַגעס פֿון ראַסע און נאַציאָנאַליזם זענען אויך גראָטעסק־אויסטערליש, ווי אַ קרומע אָפּשפּיגלונג פֿונעם דײַטשישן נאַציזם. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, צי דער מחבר פֿאַרטיידיקט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קעגנערשאַפֿט צו געמישטע חתונות, צי ער מאַכט חוזק פֿון דעם און באַטראַכט עס ווי אַן אַנדערע ראַסיסטישע פֿאָביע.

אַ דאַנק נעקראַסאָווס איבערזעצונג, וועלן די רוסישע לייענער זיך דערוויסן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז נישט באַגרענעצט בלויז מיט אַזעלכע אידילישע ווערק, ווי "מאָטל פּייסי דעם חזנס". הגם י. י. זינגערס ראָמאַן איז אַ מוסטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן פּסעוודאָ־ביאָגראַפֿישן זשאַנער, איז ער גאַנץ אומגעוויינטלעך און קאָנטראָווערסאַל.

נעקראָסאָוו האָט מיר איבערגעגעבן, אַז ער פּלאַנירט ממשיך צו זײַן די איבערזעצערישע אַרבעט; האָפֿנטלעך, וועלן די רוסישע לייענער זען, צוליב זײַן טעטיקייט און אַנדערע איבערזעצער, אַז די ייִדישער ליטעראַטור, פּונקט ווי די גרעסטע וועלט־ליטעראַטורן, שטעלט מיט זיך פֿאָר סײַ אַ רײַכע פֿיל־דורותדיקע טראַדיציע, סײַ אַ בונטן אָרנאַמענט פֿון כּלערליי זשאַנערס און סוזשעטן; פֿון רויִקע און אידילישע, ווי שלום־עליכמס ווערק, ביז אומעטיק־סתּירותדיקע, ווי "די משפּחה קאַרנאָווסקי".