פּובליציסטיק
צבֿי פּרייגערזאָן
צבֿי פּרייגערזאָן

דער העברעיִשער מחבר צבֿי פּרייגערזאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן מיט 110 יאָר צוריק, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט פֿאַר דער רעוואָלוציע. ער איז אויך געווען דער לעצטער פֿון די העברעיִשע שרײַבער פֿון יענעם דור אין רוסלאַנד. ביז 1934 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע העברעיִשע דערציילונגען אין אויסלאַנד, און דערנאָך האָט ער געשריבן "אין טיש אַרײַּן", פֿאַר אַ לייענער, וואָס וועט אַנטדעקן זײַנע ווערק אין דער צוקונפֿט.

אין 1949 איז פּרייגערזאָן אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר דער "נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט" און האָט "פֿאַרבראַכט" זעקס יאָר אין לאַגערן. נאָך זײַן באַפֿרײַונג אין 1955 האָט ער ממשיך געווען זײַן ליטעראַרישע אַרבעט. אים האָט זיך אַפֿילו אײַנגעגעבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע ווערק אין ישׂראל, אונטער דעם פּסעוודאָנים א. צפֿוני. ער איז געשטאָרבן אין 1969 אין מאָסקווע, נאָך דעם ווי די סאָוועטישע מלוכה האָט אים ניט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.

אין די לעצטע יאָרן האָט פּרייגערזאָן געשריבן זײַנע העברעיִשע ווערק בסוד־סודות, געוויינטלעך בײַ נאַכט. אין זײַן "לעגאַלן" לעבן איז ער געווען אַ באַקאַנטער אינזשעניר, אַ מומחה אין דער טעכנאָלאָגיע פֿון קוילן־באַרײַכערונג. ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר אין מאָסקווער אינסטיטוט פֿון באַרגוועזן און אַ מחבר פֿון עטלעכע פֿאַך־ און לערנביכער און פֿון אַ סך ספּעציעלע אַרטיקלען.

דער קאָרפּוס פֿון פּרייגערזאָנס העברעיִשע ווערק באַשטייט פֿון צוויי ראָמאַנען, אַ זאַמלונג דערציילונגען און אַ באַנד זכרונות וועגן זײַנע יאָרן אין תּפֿיסות און לאַגערן. צוזאַמען שאַפֿן זיי אַן אוניקאַלע כראָניק פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, געזען דורך די אויגן פֿון אַ מאָדערנעם העברעיִשן שרײַבער. ווי אַ מענטש, איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אינעם טראַגישן לעבן פֿון זײַן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער ווי אַ שרײַבער איז ער געשטאַנען בײַ דער זײַט, שרײַבנדיק פֿאַר אַ "ווײַטן" לייענער.

פּרייגערזאָנס סטיל האָט מיט דער צײַט אַדורכגעמאַכט עטלעכע גילגולים. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ מאָדערניסט, און האָט געזוכט נאָך פּאַסיקע אויסדרוק־מיטלען, כּדי צו דערציילן וועגן דער ירידה פֿון ייִדישן לעבן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן. זײַן פּראָזע פֿונעם ערשטן פּעריאָד לאָזט זיך פֿאַרגלײַכן מיט די ווערק פֿון חיים הזז. זײַנע שפּעטערע ווערק זײַנען אָנגעשריבן אין אַ מער טראַדיציאָנעל־רעאַליסטישן סטיל, מיטן פֿאָקוס אויף דער פֿאַקטישער ווירקלעכקייט און פּסיכאָלאָגישן אַנאַליז. נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿונעם לאַגער האָט זיך פּרייגערזאָן גענומען צו פֿאַרשרײַבן די שווערע דערפֿאַרונג פֿון זײַן דור. פֿון דעם זײַנען אַרויס דער ראָמאַן "אש התּמיד" ("דער אייביקער פֿײַער") און דער ניט־פֿאַרענדיקטער ראָמאַן "רופֿאים".

צו גאָר אַ באַזונדער אָרט אין פּרייגערזאָנס שאַפֿונג געהערט דער "טאָגבוך פֿון זכרונות", וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן גלײַך נאָך זײַן אַרויסקומען פֿונעם לאַגער. לויט דער פֿאָרעם איז דאָס אַן אייגנאַרטיקע קאָמבינאַציע פֿון מעמואַרן און טאָגבוך, אַ קינסטלערישער פּרוּוו צו רעקאָנסטרויִרן די ווירקלעכקייט לויטן זכּרון. שרײַבנדיק דאָס בוך אין 1956—1957, האָט דער מחבר ניט געהאַט קיין אַנונג, צי זײַן בוך וועט אַמאָל דערגרייכן אַ לייענער. האָט ער געשריבן מיטן ציל אָפּצוהיטן זײַן דערפֿאַרונג אין העברעיִשן לשון. דאָס בוך איז אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ מיט צוואַנציק יאָר שפּעטער, אין 1976.

פּרייגערזאָן איז געבוירן געוואָרן אין שעפּעטאָווקע אין אוקראַיִנע, און האָט אין 1913 פֿאַרבראַכט איין יאָר אין דער העברעיִשער גימנאַזיע "הרצליה" אין תּל־אָבֿיבֿ. ווען עס האָט אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה, איז זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין אָדעס. דאָרטן האָט ער באַקומען אַ גרונטיקע בילדונג, סײַ אויף רוסיש סײַ אויף העברעיִש. צווישן זײַנע העברעיִשע לערער זײַנען געווען חיים־נחמן ביאַליק און יוסף קלויזנער. ער האָט זיך געלערנט מוזיק בײַ דעם לערער פֿון יאַשע חייפֿיץ און איז געווען אַ גרויסער חסיד פֿונעם באַרימטן חזן מינקאָווסקי.

אין פּרייגערזאָנס ערשטע ווערק פֿילט זיך אַ געוויסע השפּעה פֿון מענדעלע. זײַן דערציילערישע פּערזאָן, בנימין הרבֿיעי (דער פֿערטער) פֿון פּשוטאָווקע (שעפּעטאָווקע) פֿאָרט אַרום שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און באַשרײַבט, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די ייִדן אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. די אַטמאָספֿער פֿון די דאָזיקע דערציילונגען איז שווער און ביטער. אומעטום זעט דער מחבר בולטע סימנים פֿון מאָראַלישער און מאַטעריעלער ירידה, און זײַן ייִאוש קומט אַרויס אין דער פֿאָרעם פֿון גראָטעסקע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן.

פּרייגערזאָן איז געווען אַ הייסער ליבהאָבער פֿון עבֿרית און אַן איבערגעגעבענער ציוניסט. אַפֿילו אין די לאַגערן אין קאַזאַכסטאַן און וואָרקוטאַ האָט ער געזוכט — און אָפֿטמאָל געפֿונען — מענטשן, מיט וועמען ער האָט געקענט שמועסן אויף העברעיִש. זײַנע זכרונות אַנטהאַלטן אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, מיט וועלכע ער האָט זיך געטראָפֿן אין יענע יאָרן׃ די ייִדישע דיכטער שמואל האַלקין, יוסף קערלער, מאָטל גרוביאַן, משה טייף, דער זינגער זינאָווי שולמאַן. צווישן די אַסירים זײַנען געווען אַ געוויסע צאָל ציוניסטן פֿון פּוילן און ליטע, מיט וועמען פּרייגערזאָן האָט געקאָנט כאַפּן אַ העברעיִש וואָרט.

מיט דער צײַט איז פּרייגערזאָנס סטיל געוואָרן מער ניכטער און זאַכלעך, און, אין אַ געוויסן זין, מער "רוסיש". זײַנע ווערק פּאַסן זיך גוט אַרײַן אינעם "אַנטי־סאָוועטישן" שטראָם פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס איז געוואָרן גאַנץ שטאַרק נאָך די 1960ער יאָרן. די טעמעס און די העלדן פֿון זײַנע ראָמאַנען און זכרונות זײַנען אַוודאי ייִדישע, אָבער דער וועלטבאַנעם זײַנער איז גאַנץ ענלעך צו דעם וועלטבאַנעם פֿון אַנדערע קריטיקער פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים, וואָס דער סאַמע באַרימטער פֿון זיי איז סאָלזשעניצין.

פּרייגערזאָנס שאַפֿונג איז אַ יוצא־דופֿנדיקער מוסטער פֿונעם שעפֿערישן סינטעז פֿון צוויי ליטעראַרישע טראַדיציעס: דער רוסישער און דער העברעיִשער. טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער אָדעסער שיטה פֿון מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור, זײַנען זײַנע ווערק שטאַרק באַווירקט דורך דער רוסישער טראַדיציע פֿון פּסיכאָלאָגישן רעאַליזם, וואָס פּרייגערזאָן האָט גוט געקענט. דערצו דאַרף מען צוגעבן ייִדישע דיכטונג, וואָס ער האָט ליב באַקומען דורך זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט סאָוועטישע ייִדישע דיכטער אינעם צפֿונדיקן לאַגער "אַבעז".