- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדע ביבליאָטעק נוצט הײַנט אויס אין איר אַרבעט די מעגלעכקייטן פֿון דער אינטערנעץ. צווישן די ערשטע עלעקטראָנישע זײַטלעך, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, איז געווען די "וועב־זײַט" פֿון דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג (www.nlr.ru). אינעם אָפּטייל פֿון ביכער־אויסשטעלונגען וועלן די ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור געפֿינען אַכט ווירטואַלע בוקלעטן, געווידמעט דעם ייִדיש־בוך. איינע פֿון זיי טראָגט טאַקע דעם נאָמען — "ייִדיש אין דער הײַנטיקער וועלט" (www.nlr.ru/exib/Yiddish). די דאָזיקע אויסשטעלונג איז צונויפֿגעשטעלט נישט פֿון די ביבליאָטעק־מיטאַרבעטער, ווי עס פֿירט זיך, נאָר פֿון די לייענער אַליין. דער באַגלייטונג־אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿונעם פֿאַרוואַלטער פֿון דעם פֿאָנד, קאָמענטירט בלויז די אויסגעקליבענע ביכער און גיט צו זײַנע אייגענע באַמערקונגען. מיר האָבן דאָ אויך אָפּשיקונגען צום "פֿאָרווערטס", ווי צו דער גרעסטער הײַנטיקער אויסגאַבע אויף ייִדיש. אַקטיווע לייענער האָבן אויך צוגעהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַן אַנדער עקספּאָזיציע, געווידמעט דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום־עליכם (www.nlr.ru/exib/Sholom/index1/html). די אויסשטעלונג האָט זיך באַקומען אַ פֿאַרנעמיקע און אינהאַלטרײַכע. עס זאָל זײַן באַקוועמער זיך צו באַנוצן מיט דער עלעקטראָנישער עקספּאָזיציע, איז זי צעטיילט געוואָרן אויף צוויי טיילן: אין דעם ערשטן טייל קאָן מען געפֿינען אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צום שרײַבער; אַן אַנדער ביכער־אויסשטעלונג: "פּאָליטישער בוך אין ייִדיש" (www.nlr.ru/exib/politbook). קיין באַזונדערן אינטערעס האָט עס בײַ די לייענער נישט אַרויסגערופֿן; דער פֿאָרלייג אַרומצורעדן און ממשיך זײַן די טעמע האָט קיין אָפּרוף נישט געפֿונען. אַ שאָד, ווײַל אינעם פֿאָנד פֿון ייִדישע ביכער בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק זײַנען פֿאַראַן אַ סך מאַטעריאַלן צו אָרגאַניזירן אַ גאַנצן ציקל אויסשטעלונגען אויף פּאָליטישע טעמעס. דערפֿאַר אָבער זײַנען די אויסשטעלונגען געווידמעט דער קינדער־ליטעראַטור אין ייִדיש פֿון אָנהייב אָן פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי איין גאַנצקייט. ביז הײַנט זײַנען שוין אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק דורכגעפֿירט געוואָרן פֿינף אויסשטעלונגען. די לעצטע קאָן מען הײַנט זען אינעם לייען־זאַל. צוויי אויסשטעלונגען פֿון ביכער פֿאַר קינדער זײַנען געווידמעט געוואָרן די צוויי באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייערע ווערק פֿאַר קינדער — לייב קוויטקאָ און איציק קיפּניס. (www.nlr.ru/exib/Kvitko) און (www.nlr.ru/exib/Kipnis). אינעם אַרײַנפֿיר־וואָרט ווערט דערציילט וועגן דער שאַפֿונג פֿון יעדן שרײַבער. באַזונדערס באַטאָנט ווערט די אַרבעט פֿון די מאָלערס, ס׳רובֿ פֿאָרשטייער פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע". די פֿערטע אויסשטעלונג האָט געהייסן "ניט נאָר מעשׂהלעך..." (www.nlr.ru/exib/tales). די דאָזיקע אויסשטעלונג לייגט אַכט אויפֿן אינהאַלט פֿון די קינדער־ביכעלעך, ווי אויך אויף די אילוסטראַציעס. און די לעצטע אויסשטעלונג דערציילט וועגן די פֿילצאָליקע לערנביכער (www.nlr.ru/exib/edu). דאָ וועט דער לייענער קאָנען זען נישט סתּם אינטערעסאַנטע ביכער, נאָר אויך געפֿינען פֿאַר זיך נוצלעכע קענטענישן. נישט אומזיסט זײַנען דאָ פֿאַראַן ביכער, וואָס קאָנען העלפֿן יעדן איינעם ווער עס נעמט זיך צום לערנען ייִדיש. עס קומט צום סוף די גרויסע אַרבעט פֿון אַרויסשטעלן אויף דער אינטערנעץ די ערשטע צאָל ביכער אין ייִדיש אינעם אָפּטייל "עלעקטראָנישע ביבליאָטעק", וווּ מע וועט קאָנען דירעקט לייענען די טעקסטן פֿון די סאַמע פּאָפּולערע ייִדישע ביכער. קודם־כּל, ביכער פֿאַר קינדער. דערווײַל ווערן צוגעגרייט די שיין־אילוסטרירטע ביכער, אָבער מיט דער צײַט וועלן אויך די אַנדערע קינדער־אויסגאַבעס דערזען די ווירטועלע וועלט. |