פּובליציסטיק

יעדע ביבליאָטעק נוצט הײַנט אויס אין איר אַרבעט די מעגלעכקייטן פֿון דער אינטערנעץ. צווישן די ערשטע עלעקטראָנישע זײַטלעך, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, איז געווען די "וועב־זײַט" פֿון דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג (www.nlr.ru). אינעם אָפּטייל פֿון ביכער־אויסשטעלונגען וועלן די ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור געפֿינען אַכט ווירטואַלע בוקלעטן, געווידמעט דעם ייִדיש־בוך.

איינע פֿון זיי טראָגט טאַקע דעם נאָמען — "ייִדיש אין דער הײַנטיקער וועלט" (www.nlr.ru/exib/Yiddish). די דאָזיקע אויסשטעלונג איז צונויפֿגעשטעלט נישט פֿון די ביבליאָטעק־מיטאַרבעטער, ווי עס פֿירט זיך, נאָר פֿון די לייענער אַליין.